בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2010 05:23 לינק ישיר 
ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"

היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש.



צווישן זיינע ווערטער האט ער אויסגעשריגן ווי פאלגנד:


מבזה צו זיין א תלמוד חכם א 'מנהיג עדה' איז א "אומדערהערטע זאך", און מוז אפגעשטעלט ווערן!

איך ווייס אז ס'איז דא תלמידי חכמים אין יענעם לאגער, פארוואס זענען זיי שטיל??!!






תוקן על ידי fiveboro ב- 22/02/2010 05:38:01




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2010 00:03 לינק ישיר 

אבי נפל האט שוין איין שטיצער פאר זיי ווערסיע,
כ'האב דאך געזאגט, צו ס'מאכט סענס צו נישט, פאר זיינע קעלבלעך קען ער אלעס פארקויפן

אגב, איינער האט מיר געבעטן א בילד פין ר' יצחק שטיין, אין פינקטליך ווי זיין ביהמ''ד איז, קען עס איינער שאפען ביטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 22:28 לינק ישיר 

מיינסט צי פרעגן אויב הגה"צ אב"ד ווינה שליט"א נעמט עס פין די חומת הדת ווייל ער איז דער וואס האט אראפ געריסן די בלאט נישט מר' נפל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 22:19 לינק ישיר 

חומת הדת נעמט עס פין נפל
אדער נפל נעמט עס פין חומת הדת.קאם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 22:10 לינק ישיר 

סאיז אינטערסאנט אז פאריגע וואך אין חומת הדת איז דא א ארטיקל וועגן דע נושא


http://www.chomashadas.com/LinkClick.aspx?fileticket=XZiPnz0gH38%3d&tabid=39&mid=375



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 19:23 לינק ישיר 

שפירסט גרויס נאכן שרייבן "אפגעפרעגטע שטותים" אין די צייט וואס די האסט נישט מצליח געווען דאס אפצופרעגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 19:17 לינק ישיר 

אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן קיין מען איבער אלטע אפגעפרעגטע שטותים כאילו דער איד האט קיינמאל נישט געשריבן קעגן ק''י דיין, ב''פ דיין, הגאון ר' אליקום שלעזינגער, הגאון רבי משולם פאלאטשעק, הגאון ר' אפרים שמעון לייכטאג,  וכו' ווער עס גייט נישט אין שפאן
אין דער בלאט זאל האבען געשריבן א ווארט קעגן רוב פין די וואס ער רעכנט אויס.

נפל ברענג מיר  ביטע דער איד איין וואך נאכען צווייען אן קיין בזיון ת''ח, אין איך וועל דיר ברענגן 10 בלעטער איין וואך נאכען צווייען אן קיין נעגעטיוו ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 19:01 לינק ישיר 

עס איז באמת געשמאק צו זען ווי די הארוינים פראבירן זיך צו ראטעווען מיטן זיך אנכאפן אויף א שטיקל שטרוי! איר כאפט זיך אן אויף איין ווארט און בלייט מיט די צינג אינדרויסן בנוגע רוב תגובה! ליינט און האט הנאה!

נפל כתב:
מען קען פארקויפן אז ער מיינט דער איד נאר פאר די וואס האבן נישט געזען "דער בלאט" די לעצטע 6 וואכן!

"אין כל חדש תחת השמש". דער איד שרייבט קעגן רא"ט די לעצטע 10 גאנצע יאר, און דער בלאט שרייבט קעגן רז"ל מיום הווסדו.

אויב אזוי פרעגט זיך א שאלה, פארוואס האט וויענער רב געווארט "גאנצע 10 יאר"?
נאך א שטארקע שאלה, פארוואס זאגט וויענער רב "בפרט לעצטנס"

מיר האבן א שטיקל תשובה. לאמיר אריינקוקן אין ביידע צייטונגען און זען וואס דארט גייט פאר

דער איד האקט קעגן
1) ר' אהרן טייטלבוים
קעגן נאך רבנים? ניין!
איז דאס א לעצטיגע פאסירונג? ניין עס גייט שוין אן צען גאנצע יאר

לאמיר קוקן אויף וועם דער בלאט האקט צוזאם די לעצטע פאר וואכן!

א שטיקל רשימה פון רבנים וואס ווערן אינטערגעריסן אין דער בלעט די לעצטע 6 וואכן:

1) ר' זלמן לייב טייטלבוים
2) שארמאשער רב
3) קאלוסבורעגער ראב"ד
4) סאטמארער דיין פון וו"ב
5) סאטמארער דיין פון ב"פ
6) סאטמארער דיין פון ק"י
7) טשאטער רב
8) ר' ז"ל פילאפ
9) ר' ש"ל וויינבערגער
10) ר' משה מנחם טירנויער
11) דעברעצינער רב
12) ר' יעקב זיידא
13) ר' משה דוב קויפמאן

יעצט זאגט איר מיר פון וועם דער וויענער רב רעדט!


אהרוינימלעך, די גאס איז נישט אייערע בהמות, די גאס וועט נישט קויפן ענקער לאקשן אז וויענער רב פלאמט פאר די כבוד פון ר' אהרן און מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די כבוד פון צענדליגע אנדערע תלמודי חכמים וואס ווערן אינטערגעריסן וועכענטליך אין דער בלאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 19:01 לינק ישיר 

איינער  זאגט מיר אז נפל שרייבט אין דער איד....

עפעס קוקט אזוי אויפן דעקל פין דער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 18:53 לינק ישיר 

אין אנדערע ווערטער זאגט נפלע אזוי.

דער איד איז אלעמאל מבזה דעם רבי'ן, און דער בלאט איז נאר לעצטנס מבזה רבנים.

אויסער זיין מערקווירדיגע הודאת בעל דין, זאגט זיין צודרייטע קאפ אז ווינער רב איז טאקע נאר מוחה ווען דער בלאט האט לעצטנס אנגעהויבן מבזה זיין דעם אינטערנעט גאון, משא"כ דאס וואס דער איד איז אלעמאל מבזה דעם מנהיג פון די גרעסטע חסיד'ישע עדה אין דער וועלט, אויף דעם האט ער נישט געטראפן וויכטיג מוחה צו זיין...

ווען משוגע וואלט וויי געטון וואלט דער נפל שוין לאנג געשטארבן פון ווייטאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 03:39 לינק ישיר 

דער גאנצער דיוק פון נפל מיט זיינע פריינד פון קינדערגארטן אין ווינער רב'ס דרשה מיט "לעצטנס" אחיז ממש א גאונישער דיוק פונקט ווי דער דיוק אינעם רבינס קאנסוס  ווי סשטייט שליח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 21:59 לינק ישיר 

איך האלט אז דער נפל ל"ע זאל זיין געבעקס איבערזאגן אזוי פיל מאל ביז ער וועט דאס אליין אנפאנגען צו גלייבן. פון זיינע קעלבעלעך קען ער זיך געזעגענען זינט זיי קענען נישט מוחל זיין דעם וויענ'ער רב שליט"א פארן באשטעטיגן אז ער האט געזעהן דעם היתר בי"ד פאר סאטמאר צו תובע זיין די מסרבים לדין בערכאות.

איך האלט אז זיי זאלן יעצט נאכאמאל נאכשרייען דעם רב שליט"א אזויווי יענעם פרייטאג צונאכטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 21:56 לינק ישיר 

יכול כתב:
יעדער פארשטייט אז ווינער רב - וועלכע שטייט ווייט פין יעדע מחלוקה  האט דירעקט נישט קלאר געזאגט וועם ער מיינט, אבער דאך ווייסט יעדער (חוץ די  זאלי'ס) וועם ער מיינט,
בשעת די דרשה איז קיינם אין ביהמ''ד נישט בייגעפאלען אז ער מיינט א צווייטען ווי דער איד, וואס איז אויסגעצייכענט ממש וועכענטליך אראפצורייסען סאטמערע רבי שליט''א ''דער ת''ח אין מנהיג העדה'' אין אלע רבנים וואס גייען נישט אין שפאן
אין וואס טוט  זיך שוין די לעצטע פאר חדשים היבשע פעולות פין קהל אין ק''י זיי אביסל אפצושטולן.

אבער ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, זייער נפל ווייטער שרייען אז ער האט גערעדט פין די קאטשקעס, אין די איבריגע  זאל יעדער הערן אויף די טעיפ.

אפשר זאגסטו מיר פארוואס א איד וואס זיצט ביי יענע דרשה און ליינט ביידע צייטונגען, זאל טראכטען אז ער מיינט נאר דער איד, די האלטסט טאקע אזוי אז דער בלאט רייסט נישט אראפ קיין תלמידי חכמים וואס גייען נישט אין שפאן? אפשר ביי דיר, איינער וואס נעמט א צד אין די מחלוקה, איז יענער נישט קיין תלמיד חכם, אבער ביי אן אומפארטייאישער מענטש זענען די אלע תלמידי חכמים.
 
ביטע זיי מסביר קלארער מיט וואס דער איד איז ערגער ווי דער בלאט ווען עס קומט צו בזיון תלמידי חכמים.
 


אדער ליינסטו נישט דער בלאט אדער ביזטו א פשוטע נפל

דער בלאט וועסטו זעלטן זעהן סיי וועלכע נעגעטיוו ארטיקלען, אין אפי' דאס ווי זיי האבען יעצט אנגעהויבן אפצוענטפרן י' שטיין'ס איז אויך נאך 3 וואכען זיך האלטען גענצליך שטול, אין ס'איז א גאנצע נייעס ביי די ארוינם,
אין דאס איז נישט קעגן א רב וואס גייט נישט אין שפאן, נאר קעגן איינעם וואס זיצט אויפן אינטערנעט אין אטאקירט מיט שקרים אין טיפשות, האבען זיי אפגעמאכט עד כאן, מ'גייט ענטפרן, זאל יעדער זעהן למי הפסולים.
ענקער צייטונג אבער, וועסטו מיר זייער זעלטן טרעפן א וואך אן 2 ביז 10 ארטיקלען קעגן מהר''א בפרט אין רבנים וואס גייען נישט אין שפאן בכלל.

אין אנדערע ווערטער, יעדעס מאל וואס דער בלאט וועט האבען א נעגעטיווע ארטיקעל וועסטו זיין ס'וועט א נייעס, אין אפי' דא אויף היידפארק וועט זיין א ספעציעלע אשכול דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 21:43 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
יעדער פארשטייט אז ווינער רב - וועלכע שטייט ווייט פין יעדע מחלוקה  האט דירעקט נישט קלאר געזאגט וועם ער מיינט, אבער דאך ווייסט יעדער (חוץ די  זאלי'ס) וועם ער מיינט,
בשעת די דרשה איז קיינם אין ביהמ''ד נישט בייגעפאלען אז ער מיינט א צווייטען ווי דער איד, וואס איז אויסגעצייכענט ממש וועכענטליך אראפצורייסען סאטמערע רבי שליט''א ''דער ת''ח אין מנהיג העדה'' אין אלע רבנים וואס גייען נישט אין שפאן
אין וואס טוט  זיך שוין די לעצטע פאר חדשים היבשע פעולות פין קהל אין ק''י זיי אביסל אפצושטולן.

אבער ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, זייער נפל ווייטער שרייען אז ער האט גערעדט פין די קאטשקעס, אין די איבריגע  זאל יעדער הערן אויף די טעיפ.

אפשר זאגסטו מיר פארוואס א איד וואס זיצט ביי יענע דרשה און ליינט ביידע צייטונגען, זאל טראכטען אז ער מיינט נאר דער איד, די האלטסט טאקע אזוי אז דער בלאט רייסט נישט אראפ קיין תלמידי חכמים וואס גייען נישט אין שפאן? אפשר ביי דיר, איינער וואס נעמט א צד אין די מחלוקה, איז יענער נישט קיין תלמיד חכם, אבער ביי אן אומפארטייאישער מענטש זענען די אלע תלמידי חכמים.
 
ביטע זיי מסביר קלארער מיט וואס דער איד איז ערגער ווי דער בלאט ווען עס קומט צו בזיון תלמידי חכמים.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 21:25 לינק ישיר 

נא איז דאך טאקע א מוראדיגע סתירה אין דברי הוויענער רב

איין מאל זאגט ער לעצטענס א צווייטער מאל זאגט קעגען א מנהיג העדה

איז קען מען לכאורה פארענטפערן אז באמת מיינט ער דער בלאט איי איז דאך שווער ווער איז דער מנהיג העדה אויב רז"ל שרייט דאך נפל אז די בלאט טוט עס שוין מיום היווסדה, איז בדוחק קען מען ענטפערן אז די מנהיג העדה איז דער ספארדישער הרב עובדי'

א צווייטער תירץ איז עגליים וסייחים ופירושו וכ"ו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 20:51 לינק ישיר 

ווינער רב רעדט וועגן "לעצטנס"

וואס איז לעצטנס נתחדש געווארן? ענטפער די אליינס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext