בית פורומים אידישע געדאנק

חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2010 06:16 לינק ישיר 
חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל

אינעם שכינות'דיגן פארום האט אריגינעלער ארויפגעלייגט א קאפי פון קבלה וואס מען זעט ווי הרה"ח בנש"ק ר' יעקב שמשון גאלד שליט"א, פון די שטארקע מקורבים פון הייליגן ברך משה זי"ע גיט א שיינעם סכום צדקה פאר די מוסדות הקדושים בני יואל אין קרית יואל.

איז אינטרעסאנט צו פארציילן פאר די וואס ווייסן נישט, וואס איך האב געהערט פון א איד וואס האט געהערט פון ברך משה זי"ע אליין אז ער האט סוף ימיו חרטה געהאט אויף די מלחמה וואס מען האט געפירט מיט די בני יואל און האט זיך שטארק אויסגעדרוקט בשבחם, ובתוך דבריו האט געזאגט "זיי זענען דאך אמת'ע גוטע פריינט פון פעטער זכרונו לברכה".
דער ברך משה זי"ע האט דאן פארציילט א מעשה פון א געוויסן גדול פון פאר די מלחמה וואס האט געהאט א פרשה מיט אן אנדערן צדיק, האט ער לפני פטירתו שטארק מקרב געווען זיינע געוועזענע שונאים, האט אים איינער געפרעגט "רבי וואס האט פאסירט?" האט דער גדול געענטפערט איך האב געפירט צוויי מלחמות אין מיין לעבן איינס מיט די ציונים און מזרחי'סטן, און איינס מיט אן ערליכן איד, איך קען באשטיין דאס נאך מסדר צו זיין אויף די וועלט".
האט דער ברך משה זי"ע אויסגעפירט, "עס קען זיין אז בשעתו האט אפשר אויסגעפעלט א מלחמה, ווען מען האט געהאלטן אז זיי ווילן מהרס זיין די קהלה, אבער איך וואלט שוין געוואלט ענדיגן די מלחמה נאך אויף די וועלט".

און עס איז וויכטיג צו באמערקן אז נישט נאר ר' יעקב שמשון, נאר אסאך גרויסע חסידים פון ברך משה האבן זיך אנגערופן מיט שיינע סכומים, ביים דינער פאר בני יואל וואס איז היי יאר פארגעקומען אינעם סאטמאר'ן בנין "ברכה סימה".






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 23:38 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
אויב ער איז א אפענע ציוני פארוואס פאר א שווארץ יאר מאכט עטס אזעלעכע גראמאזן פאר א נארישע משלוח מנות מעשה, זענט עטס צידרייט צי וואס?


פאר זיינע נאכשלעפערס וואס ווילן עם אנשטעלן מיט א שיינע פנים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 23:25 לינק ישיר 

סקאט

איך גלייב נישט אז ער וועט זיך ערקלערן אלס אפענער ציוני, ער וועט ענדערש פרובירן אפצוקילן די מערכה פון אינעווייניג, און דאס טוט ער אינגרויסן.
למשל פירן א מלחמה מיט כולל שומרי החומות איז פון די קליינע זאכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 23:05 לינק ישיר 

אויב ער איז א אפענע ציוני פארוואס פאר א שווארץ יאר מאכט עטס אזעלעכע גראמאזן פאר א נארישע משלוח מנות מעשה, זענט עטס צידרייט צי וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 22:33 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
ר' אהרן איז שוין דארט איבער 60 יאר ציוויפיל, מ'ווארנט שוין איבער 30 יאר אז ר' אהרן איז א באהאלטענע אגענט פון די ציונים, ווען מיינסטו גייט ער זיך שוין אפען דערקלערן א ציוני,


ער איז א אפענע ציוני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 22:28 לינק ישיר 

גראדע האט מען שוין דאס אויך געהערט:

ויאמר ה' אל משה הנני ממטיר לכם לחם מן השמים ויצא העם ולקטו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 22:23 לינק ישיר 

אמת! אפשר גייט מארגן רעגענען ברויט פון הימל, ווייסט דען איינער עתידות?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 22:05 לינק ישיר 

קען אויך זיין, אלעס איז מעגליך, קען אפי' אויך זיין אז די בני יואל וועלן מאכן שלום מיט די ציונים אלעס נאר ציציפיקסן אהרן'ען, וואס ווייסן מיר דען עתידות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 21:52 לינק ישיר 

הער אויס אויב ר' אהרן'ס קינדער וועלן לאכן פון אים ביי די 85 אז ער איז שוין אלט און ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, אפשר וועט ער דאן אויך מאכן היסטאריע ?!  קע זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 21:42 לינק ישיר 

ר' אהרן איז שוין דארט איבער 60 יאר ציוויפיל, מ'ווארנט שוין איבער 30 יאר אז ר' אהרן איז א באהאלטענע אגענט פון די ציונים, ווען מיינסטו גייט ער זיך שוין אפען דערקלערן א ציוני, ביי די 85? לויט די זאלוני סברה אז דער ברך משה איז געווארן א בני יואל ביי די 85 שטימט עס טאקע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 21:39 לינק ישיר 

ברענגסט ארויס א גוטע א נקודה, און דעם מהלך המחשבה פון אסאך אנשי שלומינו חסידים פון הייליגן ברך משה זי"ע,

אז כאטש עס באדערט אונז אז טייל מעמבערס פון קהל בני יואל זענען מזלזל אינעם כבוד פון אונזער רבי'ן, אבער נאך אלעם זענען זיי פארט "סאטמאר'ע חסידים" אויסגעהאלטן אין השקפה ע"פ שיטה הקדושה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, און בדרכי הצניעות, און שטרעבן צו זיין אפגעזונדערט פון די גאס בכל הענינים.

משא"כ ר' אהרן גליטשט נעבעך, און שטרעבט זיך אויסצומישן מיט די ציוניסטישע גאס, און ווערן נאענט מיט די בעלזער און קלויזנבורגער וכו'.

און לגבי דעם ברך משה זי"ע הגם בני יואל זענען נישט זיינע גרויסע חסידים, האבן זיי אים פארט נישט אזוי מבזה געווען ווי זיין אייגן קינד ר' אהרן וואס האט מיט אים געפירט א שמוציגע מלחמה און אים גערופן אין קאורט, און דער שמוציגער בלאט וואס האט געגאסן אויפן רבי'ן הויפנס מיט שמוץ, וואך איין וואך אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 21:24 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלט צען טויזנט מאל מער פונעם ברך משה ווי וואס דער דורכשניטליכער בני יואל, איך גארנטיר דיר, ירמי' דמן האלט אסאך אסאך מער פונעם ברך משה ווי זלמן לייב וואלדמאן.
איבער סאטמאר רבי זצ"ל, דער ריינער מציאות: דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלטן פונעם סאטמאערע רבי זצ"ל דער דברי יואל, די זעלבער וואס דער סאטמארער חסיד האלט פון בעלזער רבי זצ"ל, דהיינו, אז דער דברי יואל איז געווען א קדוש וטהור, אבער דער בעלזער רבי איז געווען א גרעסערע צדיק, דאס איז קיין שום חסרון, פארדעם איז ער דאך א בעלזער חסיד,
אלעס פארענטפערט?

קודם כל איז עס ליגנט און שטותים דער דורכשניטליכער בעלזער האלט נישט פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און אוודאי נישט פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

אבער אפילו יא, דער דורכשניטליכער בעלזער היינט צו טאגס איז אנגעפולט מיט ציונות פון קאפ ביז פיס, און ווערט פון טאג צו טאגס מער און מער מאדערן, דער קאפ ליגט זיי אין התחדשות און פסיכאלאגיע, און יעדע אידישקייט זאך וואס שמעקט פון "אמאל" אדער אלטקייט איז ביי זיי אפגעלאכט בזוי ומבוזה.

עס איז נישט קיין ספק אז רא"ט שטרעבט אהין אנצוקומען, און ער וועט מסתמא אנקומען, אז נישט היינט וועט זיין מארגן, ער וועט שוין טרעפן דעם תירוץ פארוואס זיך מיט דעם בער זיך איבערצובעטן, אפשר וועט ער זיך איינרעדן אז ער טוט איינעם אפ וכדומה, אבער זיין ציל שלום צו מאכן מיט די אלע ציוניסטישע און אגודיסטשיע רביים וועט ער סוף כל סוף דערגרייכן, און טאקע זיין יונגווארג וועט ער אפקילן פון די אלע סאטמאר'ע באגריפן. און טאקע פאר דעם פירט ער די מלחמה מיט כולל שומרי החומות.

און טאקע צוליב די סיבה, האבן טויזנטער סאטמאר'ער חסידים אים געוויזן דעם רוקן, און האבן געקרוינט א נייעם רבי'ן מורינו ר' יקותיאל יהודה שליט"א, וואס גייט אויפן אלטן סאטמאר'ן דרך וואס מיר האבן מקובל.

און פאר די זעלבע סיבה שטיצן מיר בני יואל ווייל זיי זענען ערליך און אויסגעהאלטן,

בקיצור ר' אהרן מיט זיינע נאכשלעפערס פארן לינקס, און זוכן זיך מתחבר צו זיין מיט אלע אגודיסטן און ציוניסטן, 
און די בני יואל, און חסידי סאטמאר מהרי"י האלטן זיך געטריי על דרך סאטמאר.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 22:32 לינק ישיר 

פינעווער ביסט טאקע א זעלטענער תענית חלום אבער אזא ת''ח ווי דו פאסט נישט אזא מיאוסן גרייז,

שלום געמאכט האבן מדין ומואב, זעט אויס די קאטשקעס האבן טאקע א השפעה ווי אונזער פלעק שרייבט

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 09:02 לינק ישיר 

יישר כחך אגוטן טאג.
ענדליך באקומען א נארמאלע און קלארער ענטפער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 16:09 לינק ישיר 

רא"ט האט פרובירט אריינצוברענגען פון וויזניץ,

אז דער היינטיגער "רעבא" איז פונקט אזוי "העיליג" ווי א פריערדיגער "צאָדיק".
און ווער ס'האט נישט אזוי געהאלטן האט מען געוואלט פארטיליגן.

אויב איינער האט געהאלטן פונעם ברך משה אז ער סתם א חשוב'ער רב, א תלמיד חכם, א בנן של קדושים, און ער האט אפילו געפאלגט אלעס דעם רב פון זיין קהלה, האט ער געהייסן א שונא, ווייל ער "גלייבט נישט" אז ער איז פונקט אזוי גרויס ווי דער רבי זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 15:58 לינק ישיר 

אנשי מהרז"ל האלטן אז בני יואל זענען פיינע ערליכע וואוילע אידן

א חלק פון זיי זענען עקסטרעמיסטש אין זייערע מיינונגען,
און דאס איז פארשטענדליך, ווייל בימים ההם זיך ארויסצושטעלן קעגן רא"ט, האט זיך פארלאנגט מסירת נפש.
בכלל "בני יואל" איז נישט איין מענטש נאר א ציבור,
און מען האלט פון יעדן איינעם פונקטליך לויט וואס יענער איז.
פערצופאל זענען דא היינט אין בני יואל חסידים פון ברך משה אויך!

אויף די שאלה וואס בני יואל האלטן וועגן ברך משה:
איז דער תירוץ: אז זיי האלטן פון אים בערך אזויפילו וויפיל זיין זון רא"ט!
אויב רא"ט וואלט געהאלטן אז דער ברך משה איז א "צדיק", וואלט ער אים קיינמאל נישט גערופן אין קאורט!

און באמת אפילו זיי האלטן נישט אז ער איז א "צדיק" מיינט נישט אז מען מוז זיך קריגן.
וויפיל דער קלויזנבורגער רבי פון נתני' האלט פון רא"ט ווייס איך גאנץ גוט, און דאך קענען זיי זיין בעסט פרענדס, און זיך לאזן פאטאגראפירן מיט א קאטשקע (אנטשולדיגט טשיקען) אין די האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext