זעלטענער סוקסעס ב''ה היי יאר אין בית אופה דקיט''ל וומ''ס
פין אישי
קוים די צווייטע יאר וואס האט געפענט די בעקעריי אינעם נייעם לאקאל אויף ראטליזש סטריט, אין די סוקסעס אין כתר שם טוב פין די בעקעריי, גייט אסאך שנעלעך וויפיל מ'קען נאכקומען מיט די פראדאקשען.
ביז פאר עטליכע יאר ציריק האט מען געמיזט פארען אויף קרית יואל אויב האט מען געוולאט האבען מהורדר'יגע מצות
(במאמר המוסגר: אויב מ'האט געוואלט האבען 'כשר'ע מצות', ווער עס קען די סיסטעם אין בראדוועי פארשטייט וואס איך מיין, כ'גיי מיר נישט פארהערן וועגן דעם מיט קיינעם, כ'ראט יעדן אליין אריינצוכאפען דארט, אין זעהן מיט די אייגענע אויגן די ווערטשאפט)
פאר מצות מיט א געהעריגע השגחה, אין אלע חומרות אין הידרוים וואס רביה''ק האט פארלאנגט, ווי אויך די פילע חומרות אין תיקונים וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, ספעציעל אויב האט מען געוואלט האבען די מהורר'דיגע ארינזאנע ווייץ וואס וואקסט אין פעלדער ווי ס'רעגנט נישט די גאנצע צייט, וואס אלע גדולי ישראל ניצן.
אין פארשטייט זיך אז וויפיל קרית יואל האט ציגעלייגט האבען זיי פארט נישט געקענט נאכקומען.
אבער עטליכע יאר ציריק איז ב''ה ציריק געפענט געווארען דורך קהל א בעקעריי אין וומ''ס, וועלכע צייכענט זיך אויס מיט זעלטענע חומרות אין הידורים, אלעס ווערט דארט געטוהן בהוראת רבינו שליט''א וועלכע האט שוין עטליכע מאל באזוכט אינעם בעקעריי, ווי אויך שטייט דער רב שליט''א על המשמר, אין ער האט דארט אריינגעשלטעט הגאון רבי הערש לייב בערענשטיין שליט''א אלס משגיח וועלכע האלטס זייער א שטרענגע אויפזיכט אויף יעדן דעטאל אין חומרא וואס די בעקעריי פארמאגט.
ווי אויך האט די בעקעריי א זעלטן גיטע סיסטעם ב''ה בגשמיות,
מ'האט היי יאר אריינגעלייגט אפאר דאללער איבערצומאכען אביסעל די סיסטעם, אין ב''ה ס'ראנט מיט א זעלטענע סייעתא דשמיא.
מ'האט היי יאר ציגעלייגט נאך א דריטעל אין די סכום פונט פין פאריאר, אין יא! לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס איז שוין דא א מאנגעל אין מצות....
אסאך רבנים אין ת''ח, האבען היי יאר אריבערגעברענגט זייער חבורה אין באשטלעט אפוינטמענטס אינעם מהודרידיגען בעקעריי ווי יעדער גייט ארויס מלא התפעלות ווי דער זעלטענם מהורדר'דיגען סיסטעם.
קהל גייט דא מיזען נעמען עקשאן, ווייל די בעקעריי קען נישט נאכקומען אזא גרויסען ציבור בליעה''ר, אדער זאלען זיי אויפהערן צו פארקויפן פאר מענטשן וואס זענען נישט מאנ''ש,
נשלח ב-17/3/2010 18:02
יעצט באשטעטיגט:
אויף ערב פסח גייט אי''ה זיין גרייט נאך 2 איווענס אין מצה בעקעריי אין וומ''ס אי''ה אין מיט דעם אלעם איז דא א שטארקע מאנגעל אין ער''פ מצות
נשלח ב-17/3/2010 17:59
נפל פארוואס פארקויפט מען די מצה גזולה אין די גראסערי'ס? משה באנדא זאגט מיר אז ער פאקויפט עס יערליך
נשלח ב-11/3/2010 21:29
איך האב מורא עס וועט האבן אזא פנים ווי קדם גרעיפ דזשאס נאך זייער דורכפאל דורך די נייע זאלי און בנ"י גרעיפ דזשאס, און לויפער וועט דאס מוזען טיילען בחינם...
נשלח ב-11/3/2010 21:11
וועלן זיך די מאנסי-וויליאמסבורגע אהרויני מצות אויך פארקויפן אין גראסערי?
נשלח ב-11/3/2010 20:54
ביים אויווען
נשלח ב-11/3/2010 20:45
ביים גיסן וואסער לשם מצות מצוה
נשלח ב-11/3/2010 20:44
הג"ר אברהם הערש וואזנער שליט"א רב דקהל יטב לב סאטמאר - מאנסי ביים באקן די מצות פאר בני קהילתו אונעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג
נשלח ב-11/3/2010 19:20
קענט איר מסביר זייט טייטש פון "סוקסעס"? איך האב ביז היינט געוויסט אז "סוקסעס" איז טייטש "הצלחה"...
דארפן עדווערטייזן וואך איין וואך אויס אין "דער בלאט", "די צייטונג-נייעס באריכט" ועוד הייסט א "הצלחה"?
זיך נישט וויסן ווי אהין צו טון מיט די סחורה אזאש אז מען דארף דאס אריינלייגן אין די גראסערי'ס הייסט א "הצלחה"?