ווי כשר'ט מען די קאטשקע כלים?
ווי באקאנט פארן ברייטן ציבור האט כלל ישראל לעצטנס מיטגעמאכט א שרעקליכע מכשול וואס איז איבערגעשטיגן פי כמה די פינקל מכשול, ווי א פרומער בית השחיטה, וואס האבן נישט קיין שום ערפארונג מיטן אינטערנעט, דאס גאנצע זיי ווייסן איז בלויז די אלטמאדישע פרימיטיווע פוסקים, ווי דער נצי"ב, ר"ש סאלאנטער, אבני נזר, דרכי תשובה, וכהנה, האבן אינגאנצן פארזעהן דעם אינטערנעט, אז א געוויסער עוף, וואס לויטן אינטערנעט, איז עס אזוי הארב אז אפי' זאל זיין בדיעבד שבדיעבד, ספק ספיקא, חשש רחוק מאוד, איז עס פארט אפי' באלף לא בטול,ווייל דער וויקיפידיע און דער לעב זאגט אזוי,
האט מען דאן געפסקנט אז יעדער קונד אין קייט זאלן לויפן כשרי'ן די כלים ווייל די סאלאמיס איז געמאכט אין די זעלבע פלענט, און אלע זייערע טשיקנס זענען אויך טרייף,
דענק איך אז זיי די געטרייע מנהיגי כלל ישראל האבן מכריז געווען אז מ'גייט באשטימען מקומות צו כשרי'ן די כלים, און יעדער וועט קענען ברענגען זייערע דישעס אין טעפ, צו כשרי'ן
אויב ליידער ליידער איז שוין פאריבער כמעט 2 חדשים, און מזעהט נישט קיין איין מענטש אויפן כדור הארץ זאל האבן אויסגעפאלגט די שטרענגע הוראה, דער ציבור ווארט נאך געדולדיג פארן קומענדיגע מעלדונג ווי פונקטליך מ'גייט כשרין די כלים
רבוש"ע! עד מתי? ווי לאנג מיינט עטס קען מען עסן אין דיספאזעבל דישעס?
 |
|
|