| נשלח ב-22/2/2010 21:58 |
|
| |
ברעיקינג: שבע ברכות ביי הגאון ר' יחזקאל
נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע שבע ברכות וואס איז אראנזשירט געווארן דורך ר' אברהם דוד ראטה א זוהן פון רבי יחזקאל לכבודו פון די מחותנים וואלנער - פאלקאוויטש (זיי זענען קרובים מיט משפחת ר' אברהם דוד ראטה) ווי די שבע ברכות לכבוד די חתן כלה איז געפראוועט געווארן אויף א הערליכע פארנעם, ר' יחזקאל האט געווינטשן פאר די חתן כלה (אפס... כ'האב געמיינט... פסול'ע קידושין...) און ער האט געזאגט דברי תורה לכבוד די שמחה
הוראה מפורשת און מעשה רב פון הגאון ר' יחזקאל שליט"א וואס איז "נדחה ונראה" געווארן פון די ארוינים, די לצים זאגן אז זיי זענען מסתמא געגאנגען איבערמאכן די קידושין ביי ר' יחזקאל...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2010 00:23 |
|
| |
| נערמאלער כתב: |  | נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע שבע ברכות וואס איז אראנזשירט געווארן דורך ר' אברהם דוד ראטה א זוהן פון רבי יחזקאל לכבודו פון די מחותנים וואלנער - פאלקאוויטש (זיי זענען קרובים מיט משפחת ר' אברהם דוד ראטה) ווי די שבע ברכות לכבוד די חתן כלה איז געפראוועט געווארן אויף א הערליכע פארנעם, ר' יחזקאל האט געווינטשן פאר די חתן כלה (אפס... כ'האב געמיינט... פסול'ע קידושין...) און ער האט געזאגט דברי תורה לכבוד די שמחה
הוראה מפורשת און מעשה רב פון הגאון ר' יחזקאל שליט"א וואס איז "נדחה ונראה" געווארן פון די ארוינים, די לצים זאגן אז זיי זענען מסתמא געגאנגען איבערמאכן די קידושין ביי ר' יחזקאל... |
|
קום מיר נישט זאגן וואס די ארונים'ס מהלך איז!!
אז ער האט א זון ר' ברוך דוד דאס ווייס איך אויך. מיר געפעלט נאראז דער באריכטער פון די געשיכטע זעלבסט הייבט נישט אן צו וויסן בחייכון וביומיכון...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 16:30 |
|
| |
די ספרים שרייבן קלאר אז ביי עקסטערע קהלות זענען דא עקסטערע מסדר קידושין'ס. די תשובה פון רבי'ן זי"ע רעדט זיך פון א יחיד וואס טוט מסדר קידושין באפקרותא, נישט פון א קהלה מיט רבנים חשובים, וואס אין אזא פאל האט דער רבי קלאר גע'פסק'ט ווי דער מהרש"ג. און געטאן למעשה און צענדליגער קהלות אין אייראפע.
די שאלה איז דא נישט ספרים, נאר וואס דער ראט מיטן מסור דוד עקשטיין און נפתלי משה ווייס מאכן אפ, און אויך וואס דער וועד הפנקס באשלוסט וויאזוי די טעראר קעגן די משפחות חשובות זאלן אנגיין. זאגסטו יעצט אז דער וועד הפנקס האט באשלאסן אז צו שבע ברכות מעג מען יא גיין אפילו מען מאכט נישט איבער די קידושין? מען דארף זען אז דער וועד הפנקס זאל באצייטענס ארויסגעבן די "הלכות" וואס יא און וואס נישט,
אבער ביטע נאך פאר פורים...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 08:52 |
|
| |
כווייס נישט. די ספרים שרייבן נישט אז מ'טאר נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 08:48 |
|
| |
יעצט הייב אן צו דרייען צו מען מעג גיין צו שבע ברכות. אבער לאמיר קודם קלאר מאכן, מעג מען זאגן שבע ברכות ביי אזא פאר פאלק?? איז עס נישט אפשר [לשיטת האג"ד ובצ"ל] א ברכה לבטלה??
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 08:34 |
|
| |
פארשטייצעך, זיי מסביר, פון וועלכע רבנים רעדסטו?
פון ר' יחזקאל?, האט איינער געזאגט אז מ'טאר נישט גיין צו אזא שבע ברכות?
| FiveBoro כתב: |  | טאקע א חידוש פארוואס ר' געציל האט נישט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט גיין צו די שבע ברכות פון אזא חתן-כלה, ווי אויך די בריוו פון דבר"י און אנדערע באציען זיך בלויז צו די "קרואים להסעודת מרעים" ביי די חתונה, (ראויים לחירופים וגידופים וגו'), אבער צו גיין צו א שבע ברכות ווערט נישט דערמאנט קיין איסור.
די טעם ווייס איך טאקע נישט. |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 08:01 |
|
| |
כדרכם של הארונים גייען זיי שטענדיג איבער די מאס מיט משוגענע זאכן און דארט כאפן זיי דעם פליק.
מיט זייער זינלאזע פארברעכן פון מבזה זיין משפחות חשובות בישראל, רופן זיי ארויס בייז בלוט פון צענדליגער רבנים חשובים, וועלכע זוכן זיך נישט צו קריגן מיט'ן ראט, אבער זיי פארשטייען דעם חובת השעה נישט צו לאזן די אהרונישע משכילישע טעראר זיך באנוצן מיט הייליגע באגריפן פאר זייער טעראר.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 07:48 |
|
| |
הערטס צו הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א, האט א זוהן וואס הייסט "ברוך דוד", ער איז אן איידעם ביי הרה"ח ר' הערשל פאלקאוויטש הי"ו, און ער איז כהיום יום דער מנהל פון זיין טאטענס כולל, בכלל איז זיין בני בית זייער איבער געגעבן פאר איר שווער ואכמ"ל. ממילא איז גאנץ פארשטענדליך, [אויב די מעשה איז אמת], אז ס'זאל פארקומען א שבע ברכות ע"י ר' ברוך דוד ראטה, א שוואגער מיטן מחותן, בהשתתפות הגאון ר' יחזקאל שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 07:01 |
|
| |
איך גלייך זייער ווען מען רעדט א גראדער שפראך, ווי איך פארשטיי רעדט מען פון ר' יחזקא-ל ראטה פון בארא פארק מ'קארלסבורג (בעל עמק התשובה). אויב איך האב עס נישט ארויס ריכטיג דאן ביטע מעלדט מיא איין, ווייל ער האט נישט קיין זון ר' אברהם דוד, און די גאנצע מעשה שטינקט פון קאפ ביז פיס...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 06:57 |
|
| |
| הערטס_צו כתב: |  | | בארא, וועם מיינען זיי מיט ר' יחזקא-ל ראטה? |
|
איך מיין מען מיינט דער וואס האט אינטער געשריבען פסק קעגן קרית יואל קאטשקעס.....
תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/02/2010 06:59:13
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 06:48 |
|
| |
וואס גייט פאר מיט די אנשי מהרז"ל לעצטנס?!?!
קארלסבורגער רב (ר' יחזקא-ל ראטה) האט נישט קיין זון אברהם דוד!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 06:33 |
|
| |
מיינסט צו פרעגן אז זיי וואלטן געברויכט שרייבן "כ"ק גאב"ד קארלסבורג"? אויב איז דאס דיין פראגע, איז עס קיין פראגע נישט, די חשבון איז זייער פשוט, ערשטנס, זיי האבן געלייגט אויף אים גרויס דרוק אונטערצושרייבן זייער פורים צעטל, ולא עלה בידם, נו ווי קומט אים דען יעצט טיטל'ען? שנית, אפילו לו יהא אז יעצט ווילן זיי אים נעמען אויף זייער זייט, אבער זיי דערזעהן זיך אין א גרויסע פארלעגנהייט, צוריק-קוקנדיג ווי ביז נ"ט איז ער געווען ביי זיי קודש קדשים, ערגעץ אין די ס' יארן איז ער נטרף געווארן ווען ער איז געווען פון די ערשטע רבנים צו באזוכן דעם דעמאלסדיגן ביהמ"ד אין 13 הופפער, איז יעצט זאל ער צוריק ווערן א כ"ק? און וואס טוט מען אז מארגן וועט ער גיין מחזק זיין ר' געציל? סוי.. בעסער אז מלאזט עס געמאכט...
והעיקר, אין וועמענ'ס קאפ זענען מיר זיך מעמיק דא? מיר ווילן פארשטיין א הארבן בחור?...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 06:26 |
|
| |
בארא, וועם מיינען זיי מיט ר' יחזקא-ל ראטה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 06:24 |
|
| |
טאקע א חידוש פארוואס ר' געציל האט נישט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט גיין צו די שבע ברכות פון אזא חתן-כלה, ווי אויך די בריוו פון דבר"י און אנדערע באציען זיך בלויז צו די "קרואים להסעודת מרעים" ביי די חתונה, (ראויים לחירופים וגידופים וגו'), אבער צו גיין צו א שבע ברכות ווערט נישט דערמאנט קיין איסור.
די טעם ווייס איך טאקע נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 06:21 |
|
| |
וועם מיינטסטו מיט ר' יחזקא-ל ראטה?
קארלסבורגער רב פון בפ??
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 04:19 |
|
| |
עיקר שכחתי אז ער האט געזאגט דארט די שבע ברכות געהעריג ווי עס פאסט זיך (נעקסטע וואך שטייט א גאנצע פעידזש אין דער בלאט א מחאה אז ער האט געזאגט א ברכה לבטלה...) ליידער ליידער האט אזא גרויסע גאון ווי ר' יחזקאל זיך בכלל נישט גערעכנט מיט די דעת תורה פון ר' געצל..
|
|
|
|
|