לעצטנס האבן די ארונים פרובירט צו פארקויפן אז הגה"צ מקארלסבורג (ר' יחזקאל ראטה) שליט"א, האט געזאגט פאר הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א דיין פון בני יואל, אז מען טאר נישט מאכן קיין סידור קידושין אין די נייע זאל.
נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז די גאנצע ספין צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז, ווען הגה"צ מקארלסבורג שליט"א, האט געמאכט א שבע ברכות פארן אייניקל פון זיין מחותן הרה"ח ר' הערשל פאלקאוויטש שליט"א, החתן ר' פישל בן הרה"ח ר' רלמן מענדל שליט"א, וואס האט חתונה געהאט פאריגע וואך אינעם נייע זאל.
הגה"צ מקארלסבורג האט געזאגט ברכה אחריתא, און דערמיט האט ער געוויזן פאר יעדעם אז זיין דעת תורה אין דעם ענין איז דלא כאגלי דבש.
עס איז כדי צוצולייגן אז ער איז אויפגענומען געווארן אלץ דיין דורך כ"ק רביהקוה"ט זצ"ל.