בית פורומים אידישע געדאנק

געפאקט ביי די מעשה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2010 21:14 לינק ישיר 
געפאקט ביי די מעשה!

איבערגעשריבן אויף אידיש פון בחדרי חרדים

ארויס שעלפענדיג די פעק פונם פליגער און ארויפלייגענדיג אויף די שינעס וואס נעמט די פעק צו די פאָרער אזוי ווי מיר טוען טעגליך אינם בן גריון לופט פעלד אין ארץ ישראל. האבן איינער פון די ארבעטער באמערקט א "קעידש", אריינקוקענדיג האבן מיר באמערק א שלאפענדיגע הינטל. האבן מיר זיך בארעכענט צו נעמען א "ברעיק" פון די טעגליכע שווערע ארבעט און זיך שפילן מיטן הינטל.

אבער דאס הינט שלאפט, איינער פון די ארבעטער האט געשטיפט אהין און א צווייטער אהער אבער דאס הינטל וויל זיך נישט ערוועקן. האט איינער פון אונז גענומען דעם "קעידש" און געגעבן א גוטען זרק'ע אראפ אויף דר'ערד, די טירל האט זיך געפענט אבער דאס הינט ערוועקט זיך נישט. האבן מיר אביסל בעסער זיך באטראכט אויפן הינטל און אינאכט גענומען אז די הינטל האט אפגעפייגערט!

עס האט אונז געכאפט דאס קאדאכעס, עס איז קיין ספק נישט אז ווען דער בעל הבית פונם הינטל וועט זיך באגעגענען מיט זיין טויטע הינטל, וועט ער באשולדיגן אז מיר האבן דאס גע'הרג'עט מיטן טראסקען צו דר'ערד. אבער מיר האבן א געריבענעם חברה'מאן צווישן אונז און ער איז איין צוויי געלאפן צו א "פעט שאפ" און געקויפט א הינטל וואס זעט אויס פונקט די זעלבע אויפן האר און אריינגעלייג, ויסעו.

עס גייט אריבער א קורצע וויילע און דער מענדשער לאזט אונז רופן! מיר האבן זיך דערשראקן צום טויט! וואס גייט פאר? פרעגן מיר. ענטעפרט דער מענדשער אז עס איז געקומען א פרוי מיט א טענה אז מיר האבן פארטוישט איר הינטל! עס קען נישט זיין זאג איך מיט א פעסטקייט!

די פרוי גיבט א קוויטשע, שקרנים!!! מיין הינטל האט אויסגעהויעכט איר נשמה אין פאריז און איך האב איר געברענגט אהער איר אפצוגעבן "קבר ישראל" און איר האט דאס פארטוישט מיט א לעבעדיגע....



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:09 לינק ישיר 

נפל'ע, פיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געפאקט ביי די מעשה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext