| נשלח ב-25/2/2010 19:55 |
|
| |
רשעות: זאליס צושטערן מעמד אילת השחר פורים אינדערפרי
פין אישי
שוין לאנגע יארען וואס געוויסע עסקנים לשם שמים ארגענזירן יעדן פורים אינדערפרי, א געהויבענער מעמד מיטן נאמען אילת השחר, ווי טויזענטער תשב''ר פין אלע שיכטען אין קרייזען אין וומ''ס קומען זיך צוזאם אין זאל פין ויוא''מ צו זאגען תהילים פורים אינדערפרי אין איינרייסען אין אזא גרויסע טאג, כל הפושט יד נותנים לו, דערנאך גיבט מען פרישטוג, מ'דאווענט אין מ'ליינט מגילה, וכו' א לענגערע פראגראם וואס הייבט זיך אן גאנץ פרי אין ענדיגט זיך נאנט צו חצות, אינטער די אויפזיכט פין צענדליגע מלמדים.
די גאנצע הוצאת ליגט אלס אויף די עול פין די פאר עסקנים, אין זיי האבען שווערע געלטער אין כוחות אריינגעלייגט יערליך ביז זיי האבען אפי' געקענט אנהייבן צאמצושטעלן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט אזא פראיעקט (כדי צו שלעפן קינדער זאגען תהילים אזוי פרי, ספעצעיל פורים מיז מען צישטעלן גאר א רייכע פראגראם כמובן), היינט צו טאגס איז דאס שוין א אויפגעארבעטע זאך אין איז שוין געווארען נאכגעמאכט אין קרית יואל אין נאך פלעצער.
למעשה אזווי די עסקנים וועלכע פירן עס, גראדע שטילע יונגעלייט, גייען נישט אין שפאן, פראבירט מען שוין יערליך עס אינטערצוהאקען, מיט אלע מינע וועגן.
פאר עטליכע יאר ציריק האט מען מיט דריק פין אפאר עסקנים האבען זיי מסכים געווען זיך אראפצוזעצן אין די זאלי'ס האבען פארלאנגט אז האלב מלמדים וואס פירן די פראגראם, קענען די עסקנים נישט ברענגן, נאר דארף ווערן געברענגט דורך י' ט'
דאס טראץ וואס רוב קינדער פין 'אלע וומ''ס ת''ת' זענען נישט קיין 82 קינדער,
אין די אנדערע האלב מלמדים מעגן די עסקנים ווייטער ברענגן, אין מ'האט עס נאכגעגבן, טראץ וואס יעדער פארשטייט אז ס'איז זייער שווער צו ארבעטן מיט איינעם וואס א צווייטער האט אים געברענגט,
אבער די צרי עין זענען נישט געווען ציפרידן, האבען זיי לעצטע יאר געמאכט א עקסטערע מעמד (דארט ווייסן זיי נישט פין ברוב עם, דארט וויסען זיי נאר פין פירוד אין מחלוקת) אין עטרת אברהם, (ס'האט געדארפט הייסען אז יענס ווערט ארגענזירט דורך חברה תהילים אין ראדני) אין פראבירט אהין צו שלעפן אלע קינדער מיט גאלדענע הבטחות, למעשה איז זייער מעמד געווען א געוואלדיגע דורכפאל אין אפי' רוב 82 קינדער זענען ווייטער געקומען אין ויואל משה צו די הערליכע פראגראם ווי אלע יארען.
זענדיג ווי די רשעות ארבעט זיך נישט אויס, האט מען ''היינט'' געלאזט וויסען פאר די עסקנים אז מ'גיבט זיי נישט ויואל משה זאל, אין די זאל ווערט פארדינגען פין די ארגענזירער פין די בעלי מחלוקת פארברענג, - פאר די קינדער פין חברה תהילים אין ראדני, אזוי האפענדיג צו שלעפן קינדער וועלכע וואלטע נישט געקומען צו זיי נארמאלערהייט.
אויב דאס מיינט החזרת עטרה ליושנה, איז עס המן'ס קרוין..
תוקן על ידי rebyankel ב- 25/02/2010 19:57:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 19:27 |
|
| |
לויט וואו מען הערט שטייט אונטער דער גאנצער רשעות, דער גאר קליגער, טיפוש בן טיפוש, ליפעלע קרויס, זאל אים ג-ט ברוך הוא היילן בקרוב,
די זאליס שעמען זיך ביטערליך מיט די דאזיגע שייגץ שטיק, און שאקלען זיך אפ מיט אפשיי, פון די מעשה נבלה, און טייטלען מיטן פינגער אויף ליפא'לע, און שרייען אז ער איז א בייז געוויקס און די ראמען פון די זאלי קאמפאני,
די זאליס שפאקאלירן ערענטס אפציליפרן דעם ליפא'לען, צירוק קיין מטא סאלקא,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2010 22:58 |
|
| |
לויט ווי איך האב געהערט איז געווען א גרויסער עולם ביי ביידע, ווילאמסבורג איז שוין אזוי גרויס אז מען מיז עני וועי מאכען אויף צוויי פלעצער נאר א שאד אז פאליטיק האט זיך דא אריין געמישט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 07:58 |
|
| |
i dont see the big deal there are 2 kehilois and everyone is entited to have there own whats the big foss all about
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 03:55 |
|
| |
באלאנד זאג פינטקטליך ווער שפילט פאליטיק אין רשעות מיט הבל פיהם פין אזוופיל תשב''ר אין הייליגען טאג פראביר נישט צו דערשטיקן די קול מחאה ווייל די אנערקענסט (ענדליך, פאר א זשעינזש) אז די שטריקעל פין רשעות איז שוין איבערגעצויגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 03:06 |
|
| |
קוקטס אן מען כאפט די זאלי רשעים זיך ארום שפילן מיט דאס הייליגסטע ביי אינז
פארלאנגט ער מען זאל פארמאכן דעם אשכול
די זאלי זענען דאס בילגעסטע פאלק אין די וועלט זיי זענען די אפפאל פין די מענטשהייט
ובראשום מיט זייערע לישקע קושקע ביי זיי עקסזטירט נישט קיין הייליקייט קיין געפיל
אלעס איז נוסח בן פראדל מיט א ליצנות אין א ביטול טאמיר ס'גייט נישט מיט אין שפאן זאל אלעס אינטערגיין
ס'שטינקט פין קאפ.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 26/02/2010 03:06:56
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:38 |
|
| |
און איך האף מיט דעם איז דער נארישער און ווייטאגליכער אשכול, און פאר די וואס דארפן די קינדערישע קריגערייען אויף לופט צום אטעמען זאלן זיך אויסבלאזן אין אנדערע אשכולות. און איך וויל בעטן דעם חשוב'ן מנהל ביטע פארשליסן דעם אשכול. מיט דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:30 |
|
| |
טייערע חברים; לאזט אייך נישט פארפירן פון דעם געמיינעם פאליטיק וואס די אהרונים פרובירן אנצוזייען דא אויף דעם הייליגן מעמד, עס איז ביי מיר קלאר אז דאס איז נישט על דעת פון דעם מייסד און אנפירער ר' אברהם יושע. מיר וועלן אלע שיקן אונזערע קינדער אין די זאלן פון קאנקארד פלאזא ווי טויזענטער קינדער פון אלע שיכטן קרייזן וועלן זיך צוזאמקומען באשמורת בוקר יום הפורים לשפוך שיח צקון לחשם לפני אבינו שבשמים פאר זיי און זייערע עלטערן און פאר אלע אידן איבער די וועלט וואס קוקן ארויס אויף רפואות און ישועות בכלליות ובפרטיות!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:08 |
|
| |
עס איז שוין אפגעדינגען א שיינער שטיק צייט. היינט האט מען עס "אפגעזאגט" דאס מיינט "ארויסגעווארפן". טראכט עס איבער און פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים, דאס מיינט עס.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:07 |
|
| |
איך האב דיר נישט געזאגט אז דו ביזט גערעכט מיט די מעשה וואס דו פארציילסט, איך האב דיר אנגעוויזן אויף א זייטיגע הערה וואס דו אליינס שרייבט.
צווייטענס, ווער ווארפט ארויס?
דו אליינס האסט דאך געשריבן אז עס איז געווען פארדינגען, נו וויל איך נישט יעצט פארדינגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:05 |
|
| |
ברויכסט אבער פון דעם אליין פארשטיין אז די ביסט נישט צווישן די נארמאלע. כאפסט?
און צווייטענס. איר האט געטוען טעראר. פיינע איידעלע אינגעלייט פירן א חברת תהילים און איר ווארפט זיי ארויס א טאג פאר פורים אויף די גאס על לא עוול כפם. ווידעראום קהל יטב לב אין קרית יואל האט געטוען ווי די תורה פארלאנגט און געטוען וואס די חברי קהלה פארלאנגען. ס'האט גארנישט מיט טעראר. איר זענט געגאנגען אין קאורט קעגן קהל און איר האט דערפאר געכאפט פון קאורט א פראסק פון וועלעכער איר האט זיך נאכנישט ערהוילט. פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:03 |
|
| |
דאס האב איך טאקע געוואלט הערן פון דיר!
אבי דו האלסט אז ביי אונז א נארמאלער מענטש איז קעגן טעראר, און ביי ענק זענען די "נארמאלע מענטשן" פאַר טעראר!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:01 |
|
| |
זיי גיבן די הענט פאר ר' דוד עקשטיין און לויבן אום פאר זיין קוראדזשפולע שריט פון אפשפארן א מושב לצים אין די קריה נאמנה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:58 |
|
| |
לעבעדיגער
אז דו רעדסט פון "די נארמאלע צווישן ענק קוקן עס אויך אראפ אלץ פרעכער שלעכטיקייט", וויל איך דיר פרעגם א זייטיגע שאלה:
וויאזוי קוקן אן די "נארמאלע" צווישן ענק, ווען מען שליסט א ביהמ"ד ואו רבינו הקדוש זי"ע האט געדאווענט, מען איז מבזה רבנים תלמנידי חכמים, מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:56 |
|
| |
דוד. וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז די רישעות איז געלונגען און די אלע קינדער וועלן מיזן גיין אויף קאנקארד אנשטאט ויואל משה? זיכער איז עס אייך געלונגען! ס'איז קיין קלער.
ווען איך שרייב "ווי אין די פריערדיגע יארן" מיין איך צו זאגן אז די הונדערטער קינדער וועלן ווייטער גיין אין קאנקארד און נישט צו זאלי. זיי גייען נישט צום זאל, זיי גייען צו די געטרייע למדים און עסקנים וואס גיבן זיך אפ.
די נארמאלע צווישן ענק קוקן עס אויך אראפ אלץ פרעכער שלעכטיקייט (נוסח זאלי) און זעהן נישט קיין שום סיבה פארוואס דאס איז געטוען געווארן, נאכדערצו די לעצטע מינוט ממש, אויב נישט שלעכטקייט און פארביסענקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:55 |
|
| |
דער רעביאנקעל איז נעבעך אזוי דעפרעסט, אז ער איז כסדר ביזי מיטן סאטמארער רבין.
אזוי שטארק באדערט ער דיך?...
|
|
|
|
|