אין דבר יום ביומו פון פאריגן פרייטאג איז דער חרדישער ציבור נתבשר געווארן מיט א בשורה טובה דורך הגאון המפורסם רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א אבד"ק ומח"ס ישראל והזמנים, אז די באלעבאטים פון ראוז קעסטל וועלן שוין נישט פארדינגען די זאלן פאר די שמוציגע תועבה באלן וואס ווערן ליידער דורכגעפירט שבת און מוצאי שבת, אזוי ווייט אז א איד קען נישט דורכגיין דעם גאנצן בלאק.
נשלח ב-26/2/2010 00:36
דאס איז די מודעה
נשלח ב-26/2/2010 00:40
קודם כל דאכט זיך מיר אז איך האב שוין געזען דעם בריוו א היבשע פאר חדשים צוריק...
צווייטנס, קום מיר נישט פרעגן וואס דער דבר יום ביומו האט געשריבן! דאס קענסטו דיר אליין פרעגן, זעקס און פערציגער...
נשלח ב-26/2/2010 00:45
לויט ווי מען דערציילט האט דאס גאר געהאט צוטאן מיט ר' מנחם גרשון לעבאוויטש נ"י.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער געמאכט דעם יערליכן דינער פאר די היכל התורה ישיבה אין אונטערשטן זאל פון ראוז קעסטל, און אין דער זעלבער צייט איז פארגעקומען א תועבה באַל אויבן אין גרויסן זאל.
במשך דעם גאנצן דינער האט מען געהערט קנאקן די פראסטע מוזיק און די ווילדע קולות פון די אויסגעלאסענע גוים.
אלס אן ערליכער איד, האט ר' מנחם גרשון זיך געוואנדן צו די רבנים צו מאכן א סוף דערצו.
נשלח ב-26/2/2010 00:49
דוד46 כתב:

אז די חשובע בעלי חסד האחים ראזענבערג זענען געווען שילדיג אין די פראבלעמן פין די זאל הגם ער האט עס ארויסגעגבן אויף א ליעס דאן איז דאך דער שטריק אליין שילדיג פאר די פריצות פין עטרת אברהם....
ווייסט אפשר ווען ער גייט עס שוין פארמאכען? אין אויפהערן צו ברענגן אויף וומ''ס צו שמיציגסטע חתונות, נישט נאר וויקענדס נאר אויך א גאנצע וואך.
כ'האב אפאר חילוקים אויך ווייל עטרת אברהם האט מען געבויט פין ציבור'ס געלט איינס פין די הבטחות איז געווען אז מ'גייט עס מאכען פאר א 'ביליגע' זאל, אין מ'האט עס געבויט אין הארץ פין א יודישע געגנט וואס מ'איז טעגליך מטמא
(אגב, קען מיר איינער מסביר זיין וואסערע טענות די א''ג שכינים האבען געהאט, ווער האט זיי געהייסען מופן אין יענע געגנט אז זיי האבען געוויסט אז ס'דא דארט אזא זאל..... איין'ס פין די אלע {פאלטשע טענות,} טענות זענען אז מ'קען אריינקוקען אין די פארטש, א פשוט'ע שקר, וויל ראוז קעסיל האט דערוויל נישט קיין הייזער פין אלע 4 זייטן.....)
נאר וואס דען: הא לן והא להו.....
נשלח ב-26/2/2010 07:53
as I was a bit close to last time when there was a try to stop this goyishe events as I remember it was 2 times there was always loud everyone knew about it and the yid used it as a stick against yitchuk this time no one knew about it ws done quietly I guess that’s why it went through even tough I’m still skeptical but why not give it a chance