(אלס
תלמיד פון מאנטריאלע ישיבה, און פון איר גרויסן ראש ישיבה הגה"צ רבי משה מנחם
טירנויער שליט"א, וויל איך נעמען די פען אין די האנט, נאכ'ן גוט מברר זיין
אלע פרטים)
אין
טריפה'נעם בלאט וועלכער איז באוואוסט מיט פארקויפן זיינע ליגענטס, איז געדרוקט א
בריוו בשם "קהל יטב לב" מאנטריאל, וואס איז נישט געשטויגן און נישט
געפלויגן, יעדער ווייסט אז אין מאנטריאל איז פארגעקומען לעגאלע וואלן מיט עטליכע
יאר צוריק, און די ראשי הקהלה ובראשם דער ראש הקהל הרה"ח ר' מרדכי צבי קאהן
שליט"א, זענען געטריי פארן הייליגן דיין און זיי לייגן נישט אין בלאט קיין
פאשקעווילן קעגן דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים.
די
פאני זאך איז, אז זייערע וויינעדיגע טענות, וואלטן זיי דאך געקענט אריינלייגן סתם
אזוי, מיט'ן קעפל "שבת אחים" אבער אן ליגענט גייט עס נישט ביי זיי, האט
מען געלייגט דעם פאלשן קעפל "קהל יטב לב".
יעצט לאמיר קוקן וואס די אהרונישע שרייבער האבן צו זאגן:
דאס שרייבט "אריגענעלער" אין כל העולם:
ס'איז זיך ציזאם געקומען איבער 120 אנ"ש
[סתם שקר, ס'איז געווען ליידיג און אויסגעשפילט, אפילו די אהרונים
זענען נישט געקומען].
רעדנער ביי רעדנער האט מוחה געווען אויפן בזיון התורה וואס ר' משה מנחם האט געטיען.
ווייטער ליגענט, איין מענטש אשר ווידער (ברודער פון אברהם ווידער
פון ק"י) האט געזאגט געציילטע ווערטער, ער האט אויסגעקלאפט, אז דער עולם
זאל זיין רואיג, ווייל מען נעמט קעיר צו זוכן א פלאץ, דער עולם איז ארויס מער צומישט
ווי מען איז געקומען, מען האט זיך געשפירט צוקלאפט אז אפילו אויף צו דינגען א
ביהמ"ד טויג מען נישט.
סאטמארע יודען אין
מאנטריאל אפילו טייל זאליס טוט זייער וויי פארוואס ר' משה מנחם נעמט אייביג אן
עקסטרמיסטשע שטעלונגען.
שטותים והבלים, בכלל נישט עקסטרעמיסטיש,
8 חשוב'ע רבנים ודיינים האבן אויסגעדרוקט זייער מיינונג, וואס
זיי האבן מברר געווען על פי תורה אז מען מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, דער
מאנטריאלער דיין האט זיך צוגעשטעלט צו זיי.
אין ער מישט זיך אין זאכן וואס האט נישט מיט אים,
עס האט יא מיט אים!
מורי ורבי הגה"צ דער מאנטריאלער דיין שליט"א, איז פקיע
שמיה אלס לאנג יעריגער עלטערער דיין, וואס טוט דורך יעדן ענין מיט גרויס
ערנסטקייט,
א מרביץ תורה פון צענדליגער יארן וואס האט שוין אויפגעשטעלט
טויזנטער תלמידים, וועלכע פירן ערליכע אידישע שטיבער, ובתוכם 100'טער תלמידים
אין קרית יואל גופא, וועלכע קוקן ארויס אויף זיין דעת תורה,
ווען עס קען דעם דיין ווייסט אז ווען ער שפירט א חיוב צו זאגן זיין
מיינוג איז ער מקיים דעם "לא תגורו מפני איש", און אפילו ער ווייסט
אז די אהרונים קענען אים טשעפענען דערפאר, שרעקט ער זיך נישט אפ.
דער
פאשקעוויל, (וואס איז נישט אונטערגעשריבן פון קיינעם) דארף מכלומר'שט שפילן אויף
די נערווען פון הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א אב"ד הקהלה, וועלכער
וויל זייער שטארק די קהלה זאל זיך האלטן צוזאמען
אבער ס'איז קאמיש, אז די אהרונים וועלכע האבן געברענגט די גאנצע
מחלוקה קיין מאנטריאל,
זיי האבן איבערגעשריבן די נכסי הקהלה וועגן פאליטיק,
זיי האבן געצווינגען וואלן (און מיאוס פארלוירן) וועגן פאליטיק,
זיי האבן געעפנט א ישיבה (דאכט זיך ס'הייסט אור התורה) צו טשעפענען
וועגן פאליטיק. (א דורכפאל פון א ישיבה)
זיי האבן געעפנט א קאנטרי פאר אהרונים, וועגן פאליטיק
זיי האבן זיך אפגעטיילט צו לערנען עקסטער פאר זיך זייער דף היומי,
וועגן פאליטיק
זיי האבן גאר טענות אויפ'ן דיין, דער גאון וצדיק, אז ער האט געזאגט
זיין דעת תורה וואס עס שמעקט זיי נישט?
(בדרך אגב, ער האט עס אפילו נישט געזאגט אין היכל הבית המדרש, וואס
זיי קענען טענה'ן אז עס קען זיי אויפרעגן, אין די צייט וואס אלע זייערע פאליטישע
זאכן טוען זיי אין ביהמ"ד גופא! ביי זיך אין שטוב האט ער דאך זיכער רעכט צו
טאן לויט זיין מיינונג).
זיי האבן טענות היתכן דער מאנטריאלער דיין האט זיך "געמישט"
אין ניו יארק?
אבער דאס פארגעסן זיי אז ר' אהרן טייטלבוים בכבודו ובעצמו איז
געקומען קיין מאנטריאל, און געהאלטן א חוצפה'דיגע דרשה, אז ער נעמט אויף
מענדעלע ווערצבערגער פאר דיין!
ווער האט אים געפרעגט? פארוואס מעג ער זיך מישן אין מאנטריאל?
דער ראצערל מענדעלע ווערצבערגער (אליינס ליידער א תלמיד פון דיין)
האט שווער געארבעט וואס מער צו מצער זיין, און צאפן דאס בלוט פון זיין געוועזענעם
רבי'ן ומורה דרך פון וועמען ער האט געלערנט תורה, מיט'ן תירוץ אז ר' אהרן האט אים
געקאלט און געהייסן אז ער מוז!
דער תירוץ איז געווען, אז ער מוז זיך מכלומר'שט אפגעבן מיט די
באמעס, אבער אינטרעסאנט ווינטער תש"ע ווען די זעלבע יונגעלייט האבן געעפנט
דעם בית המדרש "ברך משה", האט ער מפקיר געווען די אלע יונגעלייט אויף
וואס מען האט ארויפגעלייגט א נאס ליילעך אז זיי זענען באמעס! מען האט די אייגענע
מענטשן מבזה געווען און באשמוצט פאר פריוואטע פאליטיק, און יעצט האט ער שוין נישט
באקומען קיין קאלס פון ר' אהרן אז מען טאר זיי נישט מפקיר זיין! נישט נאר האט מען
זיי גע'רודפ'ט נאר מען האט געלייגט דרוק אויף אנדערע חשוב'ע יונגעלייט אז מען זאל
מיט זיי נישט האבן קיין שייכות.
לאמיר גיין צום נעקסטן שרייבער "לעבעדיגער":
אין
די בריוו ווערט ארויסגעברענגט אז מאנטריאל איז ביז דערווייל די איינציגסטע קהילה
פון סאטמאר וואס האט זיך נאכנישט צוטיילט, און מען פראבירט דאס מערסטע צו לעבן
בשלום בראשות דער רב הרב מייזעלס וואס ער וויל דאס,
ווען די אהרונים פרובירן צו טאן זאכן וועגן פאליטיק, הייסט עס
וועלן לעבן בשלום, איבערשרייבן בנינים, עפענען טשעפענען ישיבות, מאכן שיעורים צו
טשעפענען דעם דיין, און מאכן הוקאפס און רשות פון קהל, דאס הייסט לעבן בשלום?
און
דא קומט אריין אונזער ר' משה מנחם און צושטערט עס, צוליב וואס ער דארף אייביג זאגן
זיין קאנטיווערסיאלע מיינונג, ווי סבאלנגט אפילו נישט צו איהם אדער צו די
מאנטריאלע קהילה, ווי למשל דא די פרשה אין קרית יואל ווי סאיז דא א דיין און די
שטאט און סהאט איהם קיינער נישט געפרעגט,
וואס הייסט מען האט אים נישט געפרעגט?
די רבנים ודיינים פון קרית יואל, און אויך דער סאטמאר'ער
ביד"צ צוזאמען מיט'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א,
האבן זייער שטארק געוואלט הערן זיין דעת תורה, וועלכע איז געווען
זייער מאסגעבנד,
אויך כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה זי"ע פלעגט אנפרעגן
דעם מאנטריאלן דיין שליט"א ביי האקעלע שאלות וענינים,
וויסענדיג זיין געוואלדיגע ערנסטקייט און שכל הישר, און אפילו ר'
אהרן אליין האט אויך בעבר זיך שטארק גערעכנט מיט זיין מיינונג.
מיר אלע תלמידים האבן ארויסגעקוקט צו הערן זיין חוות דעת קודש, צו
וויסן וואס מיר האבן צו טוען.
און
דאס פארשעמט זייער די מאנטריאלע קהילה וואס הייסט אז זיי לעבן בשלום, אז זייער
דיין ליגט אין שמוץ...
דו שוטה שבעולם, איינער וואס קען דאס שרייבן, ווייזט אז ער האט
נישט קיין השגה ווער דער דיין איז,
איך בין מקנא די מאנטריאלע אידן אז זיי האבן די זכיה צו האבן אזא
דיין, וואס ליגט אין תורה עבודה ויראת שמים 24 שעה אין מעת לעת!
עס גיסט זיך פון אים קדושה וטהרה וואס הייבט אויף אלע וואס דרייען
זיך ארום אים און שעפן פון אים הויפנס מיט רוחניות.
ער פירט א ישיבה גדולה ביד רמה און איז מחנך בחורי חמד און שטעלט
זיי אוועק אויפ'ן ריכטיגן וועג.
און די גרעסטע באווייז איז טאקע אז מאנטריאל איז די איינציגסטע
פלאץ אויף די וועלט ווי מען האט זיך נישט צוטיילט, ווייל די ערליכע אהרונים, קענען
זיך נישט אפרייסן פון דעם גרויסן אור וואס דער דיין איז משפיע, די פשוט'ערע
אהרונים זענען זיך שוין געגאנגען מיט האלב יאר צוריק, און געעפנט א שול בנשיאות
מהר"א, אבער די ערליכערע וואס זייער נשמה לעכצט צו אביסל ערנסטקייט, קענען
זיך נישט אפרייסן פונעם הייליגן דיין. און זיי שלעפן דאס מערסטע וואס נאר מעגליך,
און אפילו יעצט וועלן זיי אויך נישט אזוי שנעל גיין...
זיי זענען גרייט צו זיין די איינציגסטע אהרונים אויפ'ן כדור הארץ
צו דאווענען אין איין ביהמ"ד מיט זייער רביס גרעסטע שונאים, אבער נישט איבערלאזן
דעם דיין.
דער דיין איז דער כבוד און שטאלץ פון די מאנטריאלע קהלה. זייער
חשיבות איז אים צו פארדאנקען!
און
די איצטיגע פרשה האט שוין געפלאצט זייער געדולד, און זיי פארלאנגען מען זאל אפזאגן
משה מנחם פון זיין דיינות און מען זאל אויפנעמען א צווייטן אנשטאט איהם!
דאס איז אויך א שטיק ליצנות וואס מען קען נאר איינרעדן א ניו
יארק'ן,
קודם כל האט דאך ר' אהרן טייטלבוים שוין אויפגענומען א צווייטן!
מענדעלע ווערצבערגער!
רעדט ער זיך איין אז די זאלוינישע קהלה וועט אים אפזאגן?
זיי זענען דאס בכלל ביכולת צו טאן אפילו ווען זיי ווילן?
אדער
זיך צוזאמנעמן און א נארמאלער קהילה תחת מרתו של רבינו מהר"א שליט"א.
יא, דאס האבן די אהרונים נעבעך פרובירט און זענען דורכגעפאלן צוליב
זייער געפערליכע שלימזל'קייט,
און ווייל די ערליכע ווילן נאכנישט אוועקגיין פונעם דיין.
משה מנחם אליין ליגט שוין
אין בעט מיט א רויז און פיבער אינדערהיים און ער ווייסט גוט פון די גענעראל
פארזאמלונג און ווייסט וואס ס'ווארט איהם אפ אין ביהמ'ד איך גלייב נישט ער וויל
אזוי שנעל גיין...
סתם שקר און ווילדע פאנטאזיעס וואס דער שרייבער פרובירט זיך נעבעך
איינצורעדן, דער דיין קומט יעדן טאג אין בית המדרש, און ער גייט אן מיט זיין
עבודת הקודש, סיי אין ישיבה סיי מיט זיינע קנאקעדיגע ליל שישי שיעורים פאר די בעלי
בתים,
און ווער ס'האט די זכיה דערקוויקט זיך דאס הארץ.
עס
קומט א פרייליכן שבת זכור און מאנטריאל!
אמת, און אויב ווילט איר אויך האבן א פרייליכן שבת זכור, קענט
איר אריינקאלן "קול דודי" און הערן דעם שיעור וואס איז געזאגט
געווארן די וואך ליל שישי פרשת תצוה, אין ביהמ"ד דסאטמאר מאנטריאל - פאר
קרוב צו הונדערט דארשטיגע אויסהערער:
רופט קול דודי:
718-989-6844
דערנאך דרוקט:
8, 3, 2, 8, 5
אזוי ווי יעדע וואך ליל שישי דערקוויקן זיך די תלמידים איבער די
וועלט מיט די הערליכע שיעורים.