| נשלח ב-2/3/2010 20:57 |
|
| |
דערלעבט: בעלז גייט אנהייבען צו שחטן אין KJ
נאך א קייטעלע צו דו מהודרת שחיטה,
אז עס וועט זיין צובאקומען דו מהודרת שחיטה אויסגעהאלטן לויט דו בעלזע שיטה,
אבי מען האט מורא אז ר' אהרן איז נישט קיין קנאי,
ווער עס קען ארויפלייגן דו דרשה פון ר' אהרןס טאטע וואס ער האט געהאלטן וועגן דו בעלזא שחיטה זאל עס ביטע ארויפלייגן
אין וואס דער קאשוי רב זצ"ל מיט דו עידה החרדית מיט ר' יענקעלע האבן אונטערגעשריבען אז עס איז אסור
בלייבט איבער צו הערן ווי ראט וועט בעטן א יישר כח פון דעם רבין זיע און פון זיין טאטען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:08 |
|
| |
הייבט זיך נישט אן, די עיקר עבירה פון רעב זאלמען איז נישט אז ער האט נישט פיינט די בני יואל, דער עיקר עבירה איז אז ער האט פיינט געהאט זיין טאטן, און אז ער האט אויסגעניצט זיין טאטענס קראנקהייט צו קענען דורעכפירן זיין מעכטיגע גניבה וגזילה און נישט וועלענדיג גיין צו דין תורה ווי אידן פירן זיך און אנגעמאכט דעם גרעסטן חילול השם בדורינו ווען ער האט אויסגערופן אין קארט אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, דאס נישט פיינט האבן די בני יואל איז נאר א פועל יוצא פון זיינע מעשים מושחתים, אבער דאס איז נישט די גרעסטע עבירה, דער בעלזער האט קיינמאל נישט גערעדט אקעגן ברך משה, ער האט איינמאל ביי א שטייעדיגע תורה געזאגט עפעס וואס איז געווען א פחיתות הכבוד און א שטיקל בזיון פארן דברי יואל, און דער רבי שליט''א האט זיך מיט עם נישט געוואלט לאזן איבערבעטן ביז ער טיט וואס ער דארף צו טין על פי הלכה און דער בעלזער רבי האט אלעס געטון וואס מען האט עם געהייסן, במילא איז היינט שוין נישט שייך דער פראבלעם, אבער די בני יואל וואס האבן נאך געוואלט ארויס שלעפן דעם הייליגן ברך משה פון זיין קבר נאך די פטירה, די בני המן זענען נאך עד היום מחוצפים פאר דיין רבינס טאטע, זיי שעלטן עם נאך מיט די מיאוסטע קללות, קיין טאוועל אויף די ישיבה האט דיין רבי נישט געקענט לייגן מיט זיין טאטענס נאמען און מיט די אנשים פחותים ומחוצפים חברט ער זיך?, איז דאס דען דומה צו בעלז אדער קלויזנבורג?, אבער ווי געזאגט, אז מען האט פיינט דעם טאטן איז דאס דער פועל יוצא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 18:06 |
|
| |
די עיקר עבירה פין כ"ק אדמור מהרז"ל שליט"א איז אז ער האט נישט פיינט די בני יואל ווי זיין ברודער דעס איז די גרעסטע עבירה נא וואס וואלטן די ארונים געזאגט ווען סאטמאר האט ווען א שעכט הויז אין מלאזט אריין די בני יואל שעכטן זייערע עופות דארט וואס וואט מען עם אראפ געריסן דערפאר אז ער מאכט שלום מיטן טאטענ'ס שונאים אבער דער סבלן רבי ער מעג יא שעכטן פאר בעלז סהייסט נישט שלום געמאכט מיט די טאטענ'ס שונאים
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 07:39 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | 2. זענען עפעס די בעלזע חסידים ווייניגער מדקדקים בהכשרות ווי שאר העולם, אז זיי טראסטן יא די קר"י בית השחיטה?
|
|
סקאט! פרעג דיך אביסל נאך ביי דיינע באקאנטע אין ארץ ישראל, וויפיהל פראצענט חרדי'שע אידן עסן די בעלזע הכשר, און איך מיין נישט דא "עדה החרדית" מענטשן, וועלכע עסן עס נישט צוליב די איסור פון בי"ד, נאר סתם אידן, וויזניצע, באיאנע, קארלינע, וכו' וכו'. און נאכדעם פרעג נאכאמאל דיין פראגע
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 23:10 |
|
| |
אלא מאי מוז טאקע זיין אז ענקער צייטונג דער איד פיטערט ענק שטרוי, ווייל דער רעגלמעסיגער ראשינאלער פרומער איד קויפט דאך נישט דער אידס לאקשן תורות כאילו ס'געשען עפעס א מכשול מיט די צומות הגידין און די קאטשקעס, ביי די צומות הגידין איז דער זעלבער רב פון לעיקוואד וואס ענק האבן געבויט דעם גאנצן שמוץ, מעיד און אן אפענער בריוו אז ס'גארנישט געשען קיין שום מכשול, און ער איז ווייטער ממשיך צו שעכטן אין KJ, ביי די קאטשקעס האט מען ענק אנגעטון פערד בליינדערס, ענק זאלן מיטאמאל וויסן אז מער פוסקים און אנגעמענומער פוסקים, זענען מתיר לכתחלה די מוסקאווי קאטשקעס ווי אסר'ן, ממילא במקום ספק ובדיעבד, האט יעדער דיין די רעכט עס צו מתיר זיין, און איז מיטאמאל מחויב עס צו זאגן פאר קיינעם, און די ריקאל איז קלאר געווען א פרעצענדענטלאזער חומרה, מ'האט ענק נאר איינגערעט א קאץ אין בויך כאילו מ'האט לכתחלה געשאכטן קעץ און בזדון געמאכט א שווייג,
עטס זעהטס נישט ווי ענקער צייטונג דער איד מאכט דאס גענאר פון ענק?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 22:54 |
|
| |
סקאט, דאס מאך האסטו מיך געמאכט גוט לאכן...
די חומרות פון געבן צו רוקן פארן עולם צמות הגידין ווייל מ'צאלט 50 סענט ווייניגער פאר א טשיקן.. צו שפארן אפאר סענט, שטאפט מען אן דעם עולם מיט טריפות, און ווען מ'כאפט זיי ביי די מעשה, לויפן זיי שרייען, יעדער זאל אכטונג געבן פון צומות הגידין.. דער צינדער לויפט ווערן א "אידישע פייער לעשער"..
אדער רעדסטו פון די חומרא פון פיטערן אומשולדיגע אידן מיט די עוף טמא מוסקאווי אשטאטץ געהעריגע קאטשקעס ווייל מ'שפארט זיך און מ'קארגט אפאר דאלער??
סקאט, דו ביסט א גוטער בדחן..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 22:50 |
|
| |
| KJ כתב: |  | | דאס טוען זיי פאר גרויס פארלוירנקייט, אזוי ווי זייער פלייש ביזנעס איז געפאלן מורא'דיג שטארק, זייער פראדוקציע איז שרעקליך געפאלן ווייל די אידישע מארק האט פארלוירן טראסט אין זייער בית השחיטה המופקרת, דעריבער פרובירן זיי צו כאפן פרעמדע קליענטן אזו וועלן זיי כאטש האבן איין פרעמדער קהילה וואס וועט ווייטער קויפן פון זייער שחיטה, און אזוי אפשר העלפן ראטעווען זייער גאר אפגעשוואכטע און האלב צוזאמגעפאלענע ביזנעס. |
|
אוי זענען מיר פארלוירן, נישט סתם פארלוירן, מיר האלטן ממש ביי א צוזאמגעפאלענע ביזנעס, מיר דארפן דאס נייטיג ראטעוען!!! דריבער דארפן מיר צו קומען צו וויזניץ, בעלז, קלויזנבורג, סקולען, פאפא, לעיקוואד, אהרונים בכל קצווי תבל, באיאן, באבעוו, וכו', מיר דארפן נעבעך צו קומען צו אלע פרעמדע רבנים, מיר דארפן צו קומען צום המון עם פון פלעטבוש, ווייל אלע זאליס און בני יואל וואס האבן קיינמאל נישט געגעסן קרית יואלער פלייש האבן נאך די קאטשקע שערורי' אויפגעהערט צו עסן פון אונזער פלייש, און מיר דארפן דאך ראטעווען אונזער בית השחיטה, על כן בדלית ברירה דארפן מיר צו קומען צו די גאנצע וועלט,
יא, נעבעך נעבעך, די זאליס/בני יואל שטייען און קיקן זיך צו ווי דער גאנצער קאטשקע מעשה ווערט צופלויגן ווי א זייפן בלאז, רעבע יצחק שטיין מיט זיינע קארפן קעפ ארבייטן חדשים לאנג אויף עפעס א שערורי' צו שעדיגן דעם בית השחיטה און פלוצליג פוף, אז לא די ס'האט נישט געשאט פאר דעם בית השחיטה נאר מען שחט שוין היינט צו טאג 5 טאג א וואך, קרוב צו 50,000 טשיקן פער טאג, און דאס איז א דאנק רעבע יצחק שטיין, יישר כח ר' יצחק, דאנקע שיין!!! דזשאסט קיפ אפ דע גוד ווארק, אפשר וועט נאך ליבאוויטש אויך אנהייבן צו קויפן אינזער פלייש.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 22:48 |
|
| |
במחילת כבודך הרמה, איר רעדט לגמרי נישט צום דבר, די חמרות והידורים בעניני שחיטה איז לגמרי נישט קיין חילוק צווישן די סאטמארע און די בעלזער, נישט דארט כאפט דער נפק"מ צווישן די קנאים מיט די ציונים, די בעלזער חסידים זוכן פונקט אזוי צו מדקדק זיין מיט אלע חומרות והידורים ווי סיי וועלכער חסידישער איד אויף דער וועלט, ממילא, איז אדרבא, הא גופא אז נאך א עדה פון חסידישע אידן, האבן נישט חושש געווען אויף די שמוץ קאמפיין פון ענקער צייטונג דער איד, ווייזט אז דער גאנצער קאמפיין ווערט אנגעקוקט אין די ראשינאלער וועלט אלס א ריינער אינערליכע פאליטיק שמוץ, און קיינער ציקראצט זיך נישט דערפון. (דיין הנחה אז ר"א זוכט "ענדערש" צו זיין בשלום מיט בעלזא ווי בני יואל, איז פיסטע דעמאגאגיע, ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן, ס'מיטאמאל דומה די צוויי, ווייל ר' אהרן אפי' ער זאל וועלן, וועלן די בני יואל קיינמאל נישט איינגיין פאר קיין שלום מיט איהם אזוי לאנג ער איז א רבי און איז דער דע-פאקטע רב אין קרית יואל, לשיטתם דארף ר' אהרן זיך איבערלייגן אין מיטן שטאט און זיך לאזן אויספראקן און דערנאך נעלם ווערן אין די הרי חשך, כדי צו מאכן שלום מיט איהם)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 22:27 |
|
| |
טאקע נישט קיין פראבלעם אז בעלז וויל שח'טן ביי די קאשטקע שחיטה אין קרית יואל, אבער:
1. דאס ווייזט אז קרית יואלע שחיטה האט געכאפט א גוטן פליק און זיי דארפן אנקומען צו ביזנעס פון אזא קהילה וואס האט זיך קיינמאל נישט פאררעכנט צווישן די גוטע פריינט פון סאטמאר, אדרבה, זיי האבן זיך געקריגט מיט רביה"ק בעל ויואל משה, און זיך געריסן מיט רבינו בעל ברך משה און מיט בית דין הגדול שבירושלים, דאך וועלן זיך די בעלי הקאטשקעס שבקרית יואל בייגן און בעטן ביי בעלז זאל זיי קומען העלפן ארויסקריכן פון די טיפע קלעבעדיגע בלאטע...
2. דאס ווייזט אז דער סבלן ובעל עפרא לפומיה וועט זיך ליבערשט דערנענטערן, חבר'ן און חנפ'ענען מיט אלע וואס האבן געהאסט סאטמאר אלע יארן, און פון די אנדערע זייט וועט ער זיך קריגן און מבזה זיין אלע ערליכע אידן וואס זענען געווען דבוק ומקושר צו רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע, און רבינו בעל ברך משה זי"ע...
3. די בעלזע חסידים זענען אפשר נישט ווייניגער מדקדק בכשרות ווי אלע אנדערע חסידות'ער און דו קענסט רואיג זיין אז זיי גייען זיך נישט פארלאזן אויף ענקער קאטשקע השגחה, זיי גייען אראפברענגען א אייגענע משגיח פאר זייער פראדאקשען.
דאס ווייזט וויפיל נאנטע אליייענסעס די אויסגעשפילטע מחנה הקאטשקעס האבן.. און קיינער פון די נאנטע איז נישט אינטרעסירט אין זייער מאסקאווע שחיטה, אז זיי דארפן זיך גיין שנארן און בעטן ביי בעלז זאל זיך מרחם זיין און קומען נעמען ביי זיי..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 22:00 |
|
| |
אין בעלזער זאַל אויף מעק-דאָנאַלד עוועניו אין באָראָ-פּאַרק סערווירט מען שוין קרית יואל שחיטה. איך בין דאָרט געווען אויף אַ קלויזנבורגער חתונה און מען האָט אונז אויפגענומען מיט די גוטע בשורה...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 21:27 |
|
| |
1. וואס איז דאס דער 'בעלזער' שחיטה? זיי עסן מוסקאווי קאטשקעס? איך האב נישט געוויסט אז זיי האבן אן אנדערן סארט שחיטה ווי אנדערע חסידים?
2. זענען עפעס די בעלזע חסידים ווייניגער מדקדקים בהכשרות ווי שאר העולם, אז זיי טראסטן יא די קר"י בית השחיטה?
3. איך פארשטיי נישט די גאנצע מילער דא, בשלמא ווען ר"א גייט שחטן אין די בעלזער בית השחיטה, קען מען דערהערן דיין טענה, אבער וואס איז דער פראבלעם אז בעלז קומט צו די סאטמארע שחיטה, האט דען בעלזא ארויפגעלייגט אן איסור אויף די סאטמארער שחיטה, און אויב יא איז עס די בעלזערס דאגה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 21:26 |
|
| |
עס פארענפערט שוין אויף פארוואס די ארונישע טעקסט מעסיזש אפארט האט געפילט פאר וויכטיג צו פראפאגאנדירען מיט דעם וואס זייער הגה"ק מין בעלזער האבן זיך אויסגעטוישט משלח מנות איינע מיטן צווייטן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 21:17 |
|
| |
ס'הייבט שוין אן פארענטפערט ווערן פארוואס ס'איז געווען א עמורדזשענסי צו באגראבן די נאמען "בעל ויואל משה", און שנעל שנעל אנהייבן רופן "בעל דברי יואל".. א פשוט'ער ביזנעס דעסיזשען...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 21:15 |
|
| |
דאס טוען זיי פאר גרויס פארלוירנקייט, אזוי ווי זייער פלייש ביזנעס איז געפאלן מורא'דיג שטארק, זייער פראדוקציע איז שרעקליך געפאלן ווייל די אידישע מארק האט פארלוירן טראסט אין זייער בית השחיטה המופקרת, דעריבער פרובירן זיי צו כאפן פרעמדע קליענטן אזו וועלן זיי כאטש האבן איין פרעמדער קהילה וואס וועט ווייטער קויפן פון זייער שחיטה, און אזוי אפשר העלפן ראטעווען זייער גאר אפגעשוואכטע און האלב צוזאמגעפאלענע ביזנעס.
|
|
|
|
|