בית פורומים אידישע געדאנק

הר"ר געציל שליט"א: הדרנא בי מההוא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/3/2010 18:11 לינק ישיר 
הר"ר געציל שליט"א: הדרנא בי מההוא

אין א היסטארישע אנטוויקלונג, האט ר' געציל די וואך געמאכט א 180 דיגרי טוירן, און אפיציעל צוריק געצויגן פון זיין איסור אויף סידור קידו' אין קרית יואל.


דער אגלי דבש שליט"א האט זייער ווארים אנגעווינטשן פאר ר' יצחק סרוגא, און אים קלאר געשטעלט אז סיי וועלכע רודערייען וואס וועלן אפשר נאך פאלגן האט גארנישט מיט אים ח"ו.


ביי די גרויסארטיגע חתונה נעכטן, האט זיך פראמינענט אנגעזען די באטייליגונג פון די אהרונישע משפחה, וועלכע זאגן אז זיי האבן א היתר פון "א דיין" - וואס וויל נישט מען זאל זאגן זיין נאמען (ביי די אהרונים איז דאס נאך בעסער ווי מיט א נאמען... עיין ערך שופלאד). ס'איז לייכט משער צו זיין ווער דער דיין איז...

מודים דרבנן היינו שבחייהו.


אצינד זענען אלעמענס אויגן געוואנדן צו ר' בנציון לאוב, צו הערן זיין מיינונג...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 23:51 לינק ישיר 

יעדער ווייסט און יעדער רב שרינקט ענק איין ביי די יארן, כ'קען פלענטי רבנים וואס האבן נישט קיין שייכות מיט סאטמאר און מיט די יארן זענען זיי שוין ארויסגעפאלן פון דיין יעדער ליסטע. (מוחל טובות מיזט נישט ענטפערן, כ'רעד אויך נישט צו דיר נאר צו די נאיווע ליינער)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 23:46 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:

יעדער ווייסט און פארשטייט אז אויסער די בלוט-שונאים פון רבינו מהר"א פארשטייט יעדער רב דעם חומר הדבר, און פארשטייט אויך ווי שמוציג עט'ס זענט'ס איינגעטונקען אין ענקער שנאה אז די גאנצע תורה איז תלוי בפאליטיק.
 

די ווילסט דא קובע זיין פאקטן אדער די ווילסט סתם ארויסלייגן ברבים דיין רצון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 23:36 לינק ישיר 

פלעק, האסט כמעט צוגעטראפן.

מיין מנהג איז, איך רעד נאר אריין אין א נושא וואס איך בין חושש אז א נאאיווער ליינער קען זיך טועה זיין אינעם אמת. אזוי אויך נאכן אריינרעדן אין די נושא, אויב קומט צוריק אן ענטפער וואס איז אין דעם קאטאגאריע וועל איך פרובירן צוריקצוקומען ענטפערן, משא"כ בכגון דא איז ליכא למיחש למידי..
יעדער ווייסט און פארשטייט אז אויסער די בלוט-שונאים פון רבינו מהר"א פארשטייט יעדער רב דעם חומר הדבר, און פארשטייט אויך ווי שמוציג עט'ס זענט'ס איינגעטונקען אין ענקער שנאה אז די גאנצע תורה איז תלוי בפאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 23:30 לינק ישיר 

בקיצור מיר אלע ווארטן אויף סקאטס תשובות, מיר קענען בלייבן ווארטן, ער קלויבט זיך אויס וואס ער האלט ביים ענטפערן און וואס נישט לאזט ער איבערנעכטיגען, נעקסטע וואך חזר'ט מען איבער די זעלבע זאך וואס מען האט היינט נישט געקענט פארענטפערן, און אודך. גאנץ קלוג!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 23:26 לינק ישיר 

נפל ס'עקזיסטירט נישט ביי זיי אזא זאך ווי "דרויסענדיגער רב" יעדע רב וואס זאגט פארקערט פון זיי איז שוין אן אלטע נוגע בדבר וואס האט פיינט די רבי שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 23:24 לינק ישיר 

העי! פארוואס זאלן זיי דערווישן א בריוו פון א דרויסענדיגער רב וואס איז מתיר אין די צייט וואס איר צייגט נישט א בריוו פון דרויסענדיגע רבנים וואס אסרן?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 23:21 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
ווילאנג עט'ס דערווישט'ס נישט א חתימה פון א רב וואס איז נישט א נוגע בדבר (צוליב שנאה קעגן רבי'ן) איז דיין טענה ניקס גילטיג.

אפשר איז טאקע כדאי צוזאמענשטעלן א ליסטע פון רבנים יעצט וואס זענען נישט נוגע בדבר (צוליב שנאה קעגן רבי'ן). ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי במשך די זמן ווערט די ליסטע קלענער און קלענער. איי! וויי! ווען אונז האמיר ווען אזא ליסטע פאר צוואנציג יאר צוריק וואלטן מיר געווען היבש ביזי במשך די יארן.....


תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 04/03/2010 23:24:40




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 21:53 לינק ישיר 

אום קראנט האב איך געהערט, אז ר' געצל האט געזאגט כהאי לישנא:
 
"איך האב טאקע אזוי געהאלטן להלכה - און איך האלט נאך אלץ אזוי -, אבער רבו עלי חבריי!!!"

צו זאגן דעם אמת, איך בין מקנא די אהרונים, וואס זיי האבן אזא איד פאר דיין!
 א איד וואס האלט זיך נישט אפ פון זאגן און זיך פירן ע"פ הלכה, אונטער די שווערסטע אומשטענדן. אשריכם!

תוקן על ידי מאנדרויער ב- 04/03/2010 21:54:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 21:34 לינק ישיר 

ווילאנג עט'ס דערווישט'ס נישט א חתימה פון א רב וואס איז נישט א נוגע בדבר (צוליב שנאה קעגן רבי'ן) איז דיין טענה ניקס גילטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 21:04 לינק ישיר 

סקאט איז מיר נאך שולדיג א תשובה פון נעכטן, און איך ווארט נאך אלץ דערויף.


איך האב געפרעגט א פשוט'ע קושיא און ער איגנארירט פשוט.

פארוואס אין וויליאמסבורג ביים עירוב מערכה, האט דער רבי געזאגט, און אלע שוטים-חסידים האבן נאכגעזונגען, אז הללו אוסרין והללו מתירין; מען טאר נישט אנרופן איינעם א מחלל שבת אויב זיין רב-דיין לאזט,
און פארוואס אין קרית יואל ביים סידור קידושין, ווען 7 גדולי רבנים ודיינים שרייבן קלאר אז מ'מעג מסדר קידושין זיין, גייט מען זאגן אז די קינדער זענען "ממזרים", נאך פיל ערגער ווי מחלל שבת, ווארום מ'איז מרבה פסולים בישראל. אתמהה???

הא לן והא להו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 21:01 לינק ישיר 

מאנדרויער כתב:
אין א היסטארישע אנטוויקלונג, האט ר' געציל די וואך געמאכט א 180 דיגרי טוירן, און אפיציעל צוריק געצויגן פון זיין איסור אויף סידור קידו' אין קרית יואל.


דער אגלי דבש שליט"א האט זייער ווארים אנגעווינטשן פאר ר' יצחק סרוגא, און אים קלאר געשטעלט אז סיי וועלכע רודערייען וואס וועלן אפשר נאך פאלגן האט גארנישט מיט אים ח"ו.


ביי די גרויסארטיגע חתונה נעכטן, האט זיך פראמינענט אנגעזען די באטייליגונג פון די אהרונישע משפחה, וועלכע זאגן אז זיי האבן א היתר פון "א דיין" - וואס וויל נישט מען זאל זאגן זיין נאמען (ביי די אהרונים איז דאס נאך בעסער ווי מיט א נאמען... עיין ערך שופלאד). ס'איז לייכט משער צו זיין ווער דער דיין איז...

מודים דרבנן היינו שבחייהו.


אצינד זענען אלעמענס אויגן געוואנדן צו ר' בנציון לאוב, צו הערן זיין מיינונג...


רבותי, ווער קען ברענגען נעגל וואסער? כל הקודם זכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 20:57 לינק ישיר 

אמיגא כתב:
סקאט איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די שרייבסט. אפשר עקלערסטו דיך בעסער?

על מה ולמה האט מען איבערגעדרייט א שטאט? פארוואס האט מען צוזאמגענומען די גאנצע שטאט מיט א עזרת נשים פתוח? צו וואס האט מען געהאקט שויבן און געשריגן און די גאסן? צי וואס האט מען איבערגעקערט א קאר און אויסגעפרעיט יעדע ליידיגע פלאץ אין שטאט?

כ'וואלט זייער געוואלט אז סקאט זאל דאס פארענטפערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2010 20:31 לינק ישיר 

לויט ווי מען פארשטייט זוכן די אהרונים א וועג וויאזוי אראפצוקריכן פון דעם בוים.


נאכדעם וואס זיי האבן זיך איבערצייגט אז קיינער פון די ערשטע דריי חתונה האבן נישט געקענסלט צוליב זייער דרוק, און אזויפיל חשוב'ע רבנים האבן אונטערגעשריבן להיתר, פארשטייען זיי אז זיי זענען נישט ביכולת דאס מער אפצושטעלן.

די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען נאך טאן איז מפרסם זיין די נעמען פון די חתן כלה ומחותנים והרבנים המסדרי קידושין, אבער דאס האט א פראבלעם אז אלע אהרונישע בחורים און יונגעלייט באקענען זיך פון די נאענט מיט די משפחות חשובות וואלנער, הירש, האכייהייזער, כהן, סורוגא, פאלקאוויטש, ועוד, און יעדער ווייסט פונקטליך ביי וועמען די אלע יונגעלייט ווערן איידעמער, וואס דאס קען ברענגען א געוויסע נאענטקייט.

ממילא וואלט געווען דער בעסטער אויסוועג אז זיי זאלן זען ר' געציל זאל צוריקציען דעם איסור, וועט עס זיין ר' געציל'ס פערזענליכער דורכפאל נישט דעם רבינס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 20:24 לינק ישיר 

סקאט איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די שרייבסט. אפשר עקלערסטו דיך בעסער?


על מה ולמה האט מען איבערגעדרייט א שטאט? פארוואס האט מען צוזאמגענומען די גאנצע שטאט מיט א עזרת נשים פתוח? צו וואס האט מען געהאקט שויבן און געשריגן און די גאסן? צי וואס האט מען איבערגעקערט א קאר און אויסגעפרעיט יעדע ליידיגע פלאץ אין שטאט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 18:33 לינק ישיר 

און וועגן דעם דרייען זיי איבער די שטאט מיט די סידור קידושין, וועד'ס מיט אחשורוש פנקס'ן.. און מאכן זיך ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט, ווייל ס'גייט זיי אן ווי א לאך אין קאפ.. אהא..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הר"ר געציל שליט"א: הדרנא בי מההוא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext