פערל ווערטער פון רא"ט בשעת'ן שפילן די געים.
איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם גארנישט,
אבער מען זאל וויסן וואס עס מיינט אז, א שוחט שלאפט אינדערהיים...
מיט זיין בני בית...
אויף זיין געלעגער...
און און שטייט אויף אינדערפרי און גייט אין מקוה...
דאס איז א הידור שאין כמוהו...
דאס קען מען נישט נאכמאכן...דאס איז א הידור און דאס האב מיר אונז דא.
ערגעץ אנדערש זאלצן גוים,
גוים, איז עס פארטאריקאנער גוים, מעקסיקאנער גוים, זיי זאלצן,
ווען מען זאל וועלן מכבד זיין די זאלצערס זאלן ארויפקומען אויף א טיש,
וועט מען אריינרופן די פארטאריקעס מיט די מעקסיקאנער,
ביי אונז אין בית השחיטה זאלצן חסידישע יונגעלייט.
איך וועל ענק אויסזאגן דעם אמת, מען איז בודק צומות הגידין אין אז מען זוכט טרעפט מען.
מען טרעפט טריפות, יא, יעדן טאג, נישט צופיל, ווייל מען זוכט...
צומות הגידין... דאס איז עכט, עכט, עכט, עכט טריפה
ערגעץ אנדערש ווערט אויסגעמישט, בטול ברוב, אידישע קינדער,
ויאכלו ענוים וישבעו, דא איז מען בודק יעדעס עוף.
און ס'איז אונז א כבוד מען בארעדט אונז,
איך וויל זאגן ס'איז אונז א כבוד מען בארעדט אונז.
יואלי ווייס איז דא? ר' מאיר הירש איז דא?
ע"כ.
די מערסטע פאני איז, ער הייבט אז ער וויל נישט רעדן אויף קיינעם גארנישט, נאכדעם בארעדט ער יעדן [ערגעץ אנדערש], און צום סוף איז אים א כבוד אז מען בארעדט אים...