איך פיר נישט קיין מערכה מיט יוסי, ער מיינט נעבעך גוט אבער סקוקט נישט אויס אז ער איז אויפגעצויגן געווארן מיט די דרך פון אידישע שתדלנות, מיין שרייבן דא איז בלויז אויפצוקלערן די ליינערס דא אין פארום אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, אידן זיך דרייען אין די אויגן פון די גוים איז האט אלץ געווארפן בייז בלוט, א איד זאגט נישט מוסר פאר א גוי (אזוי ווי יוסי'ס טרייבן שפאס פונעם גאווערנער) די אמאליגע שתדלנים און די היינטיגע ריכטיגע שתדלנים טוען קיינמאל נישט אזוי, דאס אליינס דארף שוין פאר דיר זיין גענוג.ריכטיגע שתדלנות איז מער ווייניגער אונטערן טיש פארהאנדלונגען, דאס ארבעט די בעסטע פאר אידן והא ראי' מציצה בפה, ווי אזוי האט פאר ר' משה דוד שליט"א צוזאמען מיט ר' אברהם שלמה בלום שליט"א, געלונגען איבערצודרייען די העלט קאמישאנער? מיט אינטערערדישע מאנוווערס, און מיט אפענע דרך ארץ, אלס איז געווארן שטיל און ערלעדיגט אן קיין טאראראם, וויי און ביטער איז ווען יוסי וואלט דעמאלטס איבערגענומען די לייצעס און געפירט א מערכה ווי די היינטיגע אנגעפיקעוועט (ציוניסטיש געשטימטע) אינגעלייט.... כ'מיין אז פאר א סאטמארע אינגערמאן איז וואס כ'האב געזאגט גענוג צו פארשטיין פארוואס ס'טויג נישט.
 |
|
|