בית פורומים אידישע געדאנק

שוידערליך: וויילאנד פארלוירן סייעתא דשמיא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2010 20:42 לינק ישיר 
שוידערליך: וויילאנד פארלוירן סייעתא דשמיא

אין א שטוינענדע נייעס ווערט איבערגעגעבן פונעם הויפטקווארטיר פונעם אינטערנעט רב, אז וויילאנד שחיטה איז ארויף אויף די "נאָן-סייעתא-דשמיא" ליסטע, ווען זיי זענען נכשל געווארן אין שעכטן טריפה'נע קאטשקעס.

היות די קאטשקעס קענען נישט זיין געמישט, דעריבער איז פשוט אז וויילאנד איז געווען א געהעריגער "מזיד" מיטן שעחטן "טריפה'נע" קאטשקעס וועלכע עסן מייז.

די פלענער פון כשר'ן די כלים פונעם בית השחיטה ווערן יעצט אויסגעארבייט דורך אלטר משה גאלדבערגער, פרטים יבואו.

די אינטערנעט רב גיט איבער, אז אין דער איד די קומענדיגע וואך וועט לצורך הענין ווידער מפרסם זיין דעם פסק דין פון די בי"ד הגדול משמרת למשמרת.

ונהפוך הוא וגו'



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2010 23:41 לינק ישיר 
דיינים פון ק"י ער

אינטערעסאנט!
דער דיין הרב לייכטאג האט אליין אוועק געשיקט אין דער לעב (אזוי זאגט ער) צוויי קאטשקעס, עס איז שוין באלד 6 וואכן און ער האט נאך נישט קיין תוצאות.
דער דיין ר' געציל טענה'ט נאך אלץ אז רוב פוסקים (קוק און ר' צ"פ פראנק) האלטען אז מוסקאווי איז מותר לכתחילה, איך וויל אפילו נישט אריין גיין אין די פרטים פון די אלע אוסרים און פון דעם חצוף טאראן'ס שקרים און חוצפה אקעגן ר' חיים בריסקער און ר' חיים ברלין ז"ל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 20:43 לינק ישיר 

נאך מער איז די עוולה פון קרית יואל אז נאכדעם וואס מען האט שוין אראפגענומען די קאטשקעס פון די פאליצעס אין די בארא פארקע בושטער האבן די באערדע פון קרית יואל געהייסן צוריק לייגן! הערש א וואך נאכדעם האבן זיי געמאכט דעם ריקאל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 20:36 לינק ישיר 

די פראבלעם מיט קרית יואל איז נישט געווען די אלע מכשולות וואס האט זיך ליידער געמאכט דארט, די פראבלעם איז די קלות'דיגע וועג וויאזוי מ'האט עז באהאנדלט, פאר איינגערעדטע כבוד און פארטיי אינטערעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2010 08:14 לינק ישיר 

מוסקאווי איז גערעכט!

באמת קומט זיך נישט קיין קרעדיט פאר וויינלאנד, זיי האבן גארנישט געטאן ספעציעל, נאר וואס ערליכע אידן דארפן טאן, ווען עס מאכט זיך א מכשול, גראד וואס מען ווערט געוואאויר שטעלט מען אפ דעם מכשול.

די טענות קעגן קרית יואל איז נישט געווען היתכן עס האט זיך געמאכט א מכשול, נאר וויאזוי זיי האבן עס באהאנדלט, אז עס האט זיך געמאכט א מכשול ל"ע, הייב נישט אן צו לייקענען און שרייען "שונאים", טו דיין פליכט אלס הכשר און זיי נישט בוגד אינעם באשעפער, און דעם טראסט פון דיינע קונדן. דאס איז עכט עכט עכט עכט דער פראבלעם פון די קרית יואל'ע בית השחיטה, אז פאר פאליטיק האבן זיי מאכיל געווען דעם ציבור מיט עופות טמאים, און פארדעם האב זיי פארלוירן דעם נאמנות, נישט פארן עצם מכשול.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 03:56 לינק ישיר 
אזוי טוען ערליכע יודען

די אומפארשעמטע צולאזטע חיות פון די ק"י'ער האבן זיך צולאזט, אבער עס וועט זיי נישט גיין. קיינער אין וויינלאנד לייקענט נישט (ראה מה בין ...) יא עס איז געשען א טעות אבער נאך א האלבע שעה שחט'ן האבן די שוחטים זיך געכאפט און מען האט אפגעשטעלט די שחיטה, און קיין איינס פון די געשחט'ענע וועט נישט אנקומען צו קיין יוד. ווען די מהודרת רשעים וואלטן אזוי געטוהן וואלטען זיי דאך אויך געהאט אן אנדער פנים - ביי זיי קען דאך אבער נישט זיין קיין טעות - מאנרא איבער אלעס - Aaron get a life.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2010 00:13 לינק ישיר 

וויילאנד האט קיינמאל נישט טראמפייטערט אז זיי זענען די שענסטע און די כעסטע אויפן כדור הארץ, און זייערע קאטשקעס גייט טאקע נישט צונעמן זייער נאמנות, ווייל זיי זענען נישט פעיקערס, יעדער פארשטייט ס'איז געשען א טעות און זיי באהאלטן גארנישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 23:24 לינק ישיר 

המקום ינחם אותך פייוו-בארא. דו ביסט נאך מיאוס צעשאסן און ביטער צובראכן פון די מכשולות און געמיינע שקצות מיט וואס דיין 'מאנרויער צדיק' האט זיך פארשמירט פאר די גאנצע וועלט.


איבעראל וואו עס איז נאר פארהאנען א ערליכע איד אויף דער וועלט זענט איר אלע אפגעפרעגט, דער קרומער דרך מיט וועלכע איר רייט ארום אין אלע געביטן פון אידישקייט האט אייך אלע אפגעסטעמפלט אלץ אפגעפרעגטע פארשוינען וועמען מען קען נישט געטרויען מיט גארנישט.

א רחמנות אויף ענק. ה' ירחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 21:34 לינק ישיר 

נייס טריי...אבער סארי דיין ספין איז גיט פאר די בלאט ליינער אדער פאר ענקערע קיהלעך....די פראבלעם מיט ענקער שחיטה המי...איז נישט אז מען האט געשאכטען ספק טריפה...פראבלעמען אין טעותים קען זיך אלץ מאכען! אין סאיז נישט דאס ערשטע מאל..סאיז שוין געשען ביי אנדערע..אין די לעצטע 20 -30 יאר...ענקער שייגעץ שטיק איז געווען דאס באהאלטען דאס לייקענען נאכדעם וואס ענק האבען שוין געוויסט אז סאיז א פראבלעם...אין מאכיל נבילה וטריפה געווען פאר טויזענטער יודען...
אין וואס האט וויילאנד געטהען? גראד ארויס געקימען  נאך אין דעם זעלבען טאג אן א בישה..יא סאיז דא א פראבלעם..אזו וועלען כאטשיג נישט קיין יודען עסען קיין טריפהנע טשלאנט..דעם שבת...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/3/2010 21:10 לינק ישיר 

ווער קען מיר העלפן אויספולן דעם צעטל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שוידערליך: וויילאנד פארלוירן סייעתא דשמיא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext