מסור וויינשטאק ווארפט ארויס א בחור פון ביהמ"ד
היינט זונטאג נאכמיטאג האט דער באקאנטער מייקר אלילים וואס האט געמסר'ט "אז אידן דאווענען צו גאט אין א 1 פעמילי הויז ר"ל, האט היינט אויסגעגעבן זיין גרומצארן אויף א בר מצוה בחור'עלפאר עטליכע וואכן צוריק נאך די ערשטע חתונה אין עטרת מאיר צבי האבן די ארונים זיגרייך אויפגעהאנגן צעטליך מיט די נעמן פון די מסדר קידושין און חתן כלה אויף די ווענט אין זייער קאווע שטיבל, ר' ישעי יעקב קאהן האט כסדר מעביר געווען די צעטליך, נאכדעם וואס ישעי יעקב האט געענדיגט זיין ארבעט האט ער מיט א נצחון געשריגן ארויס האסט נישט מער קיין דריסת הרגל אין ביהמ''ד! וואה! נאך די צווייטע חתונה האט זיך אפגעשפילט די זעלבע זאך דא האט שוין וויינשטאק גערעדט מער דראמאטיש, ווי ישעי יענקל פארציילט האט ער געסטראשעט זייער שטרענג אז דאס איז די לעצטע מאל וואס ער ווארנט אים מיטן מויל!
היצט האבן זיי ווידער געלייגט צעטליך און עודך, נאכמיטאג דער משוגענער קאהן רייסט שוין ווייטער די צעטליך, וויינשטאק האט נישט פרובירט נאנט צו קומען און זיינע ד' אמות, מער ווי קראצן זיינע פרקלס און ווארטן ביז קאהן גייט ארויס און דאן שרייען מיט א נצחון דו האסט מער נישט קיין דריסת הרגל האט ער נישט געקענט, וואס טוט מען, בחסדי ה' האט ער געטראפן א קרבן עולה, דריי בחורים'לעך זענען געשטאנען אין די זייט און זיך געקאטשקעט פאר געלעכטער ווי דער אפגעריסענער וויינשטאק לויפט ארום ווי א צעווילדעוועטע טיגער, האט ער מיט כעס אנגעכאפט איינעם ביים גענאק אזוי ווי זיינע רביס פלעגן אים טון אין חדר און אים שטרענג געווארנט ארויס פון דא דו האסט נישט קיין דריסת הרגל! פארוואס פארווען פארוואו ווייס איך נאך נישט
וויינשטאק כ'האב געוואוסט ס'ביסט א גיבור, אבער אזאנס קענסטוך שלאגן מיט א בר מצוה בחור'ל דאס שוין נישט..
 |
|
|