בית פורומים אידישע געדאנק

די ראטן טרינקען פריש בלוט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2010 04:51 לינק ישיר 
די ראטן טרינקען פריש בלוט

עס איז ליידער א ביטערער מציאות אז די ראטן מוזן שטענדיג צאפן אביסל פריש בלוט.

די מערסטע הנאה האבן זיי צו טרינקען אביסל פריש בלוט ווען א מענטש איז בצער, ווען א משפחה איז מתאבל אויף א נאענטן קרוב, דעמאלט קומען זיי ארויס מיט די ציין און נעגל און זענען "דורס ואוכל".

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א שרעקליכער אומגליק, מען האט ליידער געברענגט לקבר ישראל א נפש יקרה וואס איז פארשניטן געווארן פון די ביטערע מחלה ל"ע, א איד וואס האט זיך כל ימי חייו אוועקגעגעבן 24 שעה און טאג צו טון חסד פאר אנדערע, האט ליידער פריצייטיג צוריקגעגעבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה.

אזוי ווי דער איד איז א מעמבער בקהל יטב לב תחת נשיאות כ"ק רבינו מהרי"י שליט"א, און די משפחה האט אים געברענגט לקבר ישראל אינעם בית החיים פון זייער קהלה, וואס דאס איז נישט לרוחם פון די ראטן, האלטן זיי אז זיי האבן א היתר (עבר ושנה) און שפירן זיך בארעכטיגט צו טרינקען דאס בלוט פון די משפחה, און אויסלופטערן ברבים וואס עס שמעקט זיי נאר. אן טראכטן איין רגע אז דא איז דא א משפחה וואס באוויינט זייער טאטן, און אפשר איז יעצט די צייט זיי צו לאזן במנוחה?

מיט די זעלבע מאס רציחה וואס זיי האבן זיך אויפגעפירט ראש חודש אלול תשס"ט, פון זיין א שמח לאיד און טאנצן "הקפות" ווען ביי יענעם גיסט זיך טרערן, די זעלבע מדות מגונות האלטן ווייטער אן ביתר שאת. דעמאלט האבן זיי זיך פארענטפערט אז פאר יענע משפחה "קומט זיך עס", (הגם עס איז נישט קיין תירוץ, און אפילו עס קומט זיך, דארף מען זיין עכט עכט עכט עכט שלעכט זיך צו קענען אויפפירן מיט אזויפיל אכזריות ווי זיי). אבער יעצט רעדט זיך פון א שטילע פיינע משפחה, וואס האט קיינעם נישט געטשעפעט, זיי זענען נישט קיין ראשי הקהלה , אדער רודעדערס, פארוואס טרינקט מען זייער בלוט? פארוואס לאזט מען זיי נישט באוויינען זייער נפטר?
די אהרונים פירן זיך אויף ערגער ווי די גרועים שבאומות. יעדער נפטר וואס ווערט באגראבן און נייעם בית החיים ווערט אריינגעשריבן אין שמואל ווידער'ס "פנקס" און מען איז אים מבזה אויף היידפארק. מיט פארשידענע לשונות של גנאי ובזיון, מיט שקרים וכזבים, אז מען זאל די משפחה נישט לאזן לעבן.


א צווייטער קרבן איז היינט געווען די חשוב'ע משפחת "האכהייזער",

די משפחת האכהייזער איז א חשוב'ע אידישע משפחה, וואס פירן זיך אידיש און ערליך, אויסגעהאלטן בהשקפה, אויסגעהאלטן בצניעות, טוען מצות ומעשים טובים, עס איז דא פון זיי אסאך תלמידי חכמים מופלגים, אבער היות אינעם "פנקס" הבית חייים איז ליידער פארשריבן געווארן איינער פון די בני המשפחה, ולהבלח"ט אינעם "פנקס" פון סידור קידושין איז ברוך השם אויך פארשריבן געווארן צוויי אייניקלעך פון די ריזיגע משפחה קיעה"ר, האבן די אהרונים זיך גענומען צו זייערע ביינער.

עס מוז ארויסגעברענגעט ווערן אז קיין שום נארמאלער מענטשן מאכט זיך סייווי נישט צו טאן וואס די פאר מטורפים שרייבן אויף היידפארק, און זיי קענען קיינעם נישט מבזה זיין חוץ זיך אליין, און די אידן זענען חשוב ווייל זיי פירן זיך אויף גאטפארכטיג און זייער ערך פאלט נישט קיין איין אינטש ווייל אפאר ליידיגיערס אויף היידפארק זענען נישט צופרידן אין וועלכע האלל זיי מאכן חתונה די קינדער, אדער חלילה עס זאל נישט אויספעלן ווי זיי האבן געברענגט איינעם לקבר ישראל. עס ווייזט נאר דעם דורכגעפוילטן חינוך פון רשעות ואכזריות וויאזוי זיי פירן זיך אויף, און די ספעציעלע הנאה וואס זיי האבן זיך צו פרייען מיט יענעמס אפענע צרות.

שמואל ווידער האט די וואך זייער מיאוס אראפגעריסן דעם "מנהיג העדה" דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א, די נאכט האבן די ראטן געווארפן פאשקעווילן אין קרית יואל. אבער דער סאטמאר'ער רבי איז נישט קיין רחמנות, ער האט ווער עס נעמט זיך אן פאר זיין כבוד, און כדרך העולם וועט מען דאס פאר ר' אהרן נישט שולדיג בלייבן, ער וועט באקומען דעם ביקור גומלין...

אבער די אומשולדיגע ציווילע משפחות, וואס וויל מען פון זיי האבן? פארוואס לאזט מען זיי נישט אנגיין מיט זייער פריוואטן לעבן?


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 08/03/2010 05:09:36




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 20:42 לינק ישיר 

אינעם בעקעריי פארום האט מען קאפירט מיינע ווערטער און פון די ענטפערס זע איך אז זיי האבן נישט פארשטאנען די כוונה וויל איך עס איבערשרייבן קורצער:


ביי יעדע אומגליק וואס פאסירט ל"ע, און די משפחה טוט נישט וואס פאר די ראטן וואלט יעצט געשמעקט, האבן זיי זיך געמאכט א מנהג צו נעמען די משפחה, אדער דעם נפטר, און אויסשמירן ברבים מיט ליגענט אדער פריוואטע אינפארמאציע, און איך רעד שוין נישט וואס אסאך מאל זענען זיי ממש "שמח לאיד", און זיי שרייבן גראבערהייט אז זיי פרייען זיך אז ביי זייער שונא האט פאסירט אן אומגליק, וואס דאס איז א געמיש פון רשעות אין קינדישקייט. 
דאס איז א גרויסער צער און רשעות וואס האט נישט דעם פלאץ ביי אידישע קינדער, און אפילו להבדיל ביי ארענטליכע גוים.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 15:30 לינק ישיר 


דער ראט זוכט א פרישן קרבן, לאמיר זען וועמען ער גייט כאפן היינט,,,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 06:32 לינק ישיר 

פארשטייצעך, דו ברענגסט זייער גוט ארויס דיינע פונקטן, אבער דאס איז ענינים וואס זענען נישט קיין נייעס. יעדער רעכדענקגיקער מעטש אויף די וועלט ווייסט צו זאגן אז דאס זענען זיי ליידער. ה' ישמרנו מהם ומהמונם.


אין אזא צייט זאגט זיך ריכטיג דער ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 06:23 לינק ישיר 






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 05:29 לינק ישיר 

קוקט וואס יונה בעקער שרייבט אינעם בעקעריי:

איך האב איצט גערעדט צו א ברודער פונעם נפטר ע"ה ער איז צובראכען אויף שברי שברים, ער זאגט מיר נעבעך די נפטר האט געזאגט פאר אלע זיינע ברודערס אז ער וויל ליגן אינעם געהעריגען בית החיים, און נישט אין פאלקאס. 


ממה נפשך איז דאס אמת,
וויפיל רשעות ליגט אין דעם יונה. אידן וואס האבן זיך געזעצט שבעה נאך א בלוט אין פלייש, גייט יונה'לע און רופט זיי אן פרעגן וויאזוי מען קען די משפחה אויסשמירן אויף היידפארק? ווי נידריג איז דער יונה דאס צו טאן.

אויב איז עס ליגנט וואס וויל ער פון די חשוב'ע משפחה, נעם אראפ דיינע ראטישע ציין פון די חשוב'ע אידן, 

יעדער מענטש וואס באלאנגט צו אנדערע קהלה נישט אונטער ר' אהרן איז זיין בלוט הפקר, האט די משפחה אמאל געטשעפעט יונה, אדער רא"ט אז מען זאל זיי מעגן באשרייבן און מבזה זיין?
זיי האבן נישט קיין פריוואטע רעכט אפצומאכן וואס צו טאן אין זייער משפחה?
זיי זענען פובליק פיגורן וואס מען דארף באשרייבן וואס די פעטערס האבן געהאלטן אדער וואס נעפיוס האבן געהאלטן?
וויפיל רשעות און אכזריות ליגט אין דעם אהרויני יונה'לע. און די גאנצע אהרונישע באנדע אז דאס איז זייער מהלך המחשבה, און מען לעבט פון צאפן יענעמס בלוט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די ראטן טרינקען פריש בלוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext