איך ווייס נישט וואס איר זענט אזוי צושפרינגען, מיך האט מען געלערנט אז ווען א איד איז אין א עת צרה שוינט מען עם, און מען לייגט נישט קיין זאלץ אויף די וואונדן, איך פיר נישט דעם באשעפערס חשבונות, ווייל נסתרים דרכי השם, און אויב האט מען קשיות און מען פארשטייט דרכי השם איז דא זייער אסאך קשיות, נאר דער באשעפער פירט זיין וועלטל, און מיר פרעגן נישט קיין קשיות, אצינד וועגן ברוך מרדכי, איך פערזענדליך ווייס נישט קראנט אז ער איז געווען אינטערן הוק-אפ פון פלארידע צו בא'עוול'ען אינזער קהלה הק', איך געדענק אז אנגעהויבן האט זיך דאס מיט א מסתמא און אין א קורצע צייט איז דאס געווארן א פאקט, איז מעגליך אז ער האט דאס געטוהן?, אוודאי איז מעגליך, אבער זיך צו פרייען אויף זיין צרה ווען איך ווייס בכלל נישט פאר זיכער איז ראנג, זיינע אנדערע באשולדיגונגען איז ווייטער די זעלבע, אויב איז דאס ריכטיג, איז ער נעבעך א דאפעלטער רחמנות, סיי וויאזוי האב איך אין עם נישט קיין נקמה, איך שוין עם, איך שוין זיין משפחה, זיינע קינדער, זיינע אייניקלעך, ער איז נעבעך פארפלעקט לעולם ועד, צו ער איז זיך אליין שולדיג, צו נישט, נעבעך נעבעך נעבעך,
אגב, דעם גראסמאן האט יעדער געשוינט, כאטש יעדער האט געוויסט אז ער איז געווען דער מערדער, ער האט גע'הרג'עט א אומשילדיגע פרוי, אבער אידן זענען רחמנים בני רחמנים, און מיין רחמנות ענדיגט זיך נישט ביי ברוך מרדכי לעבאוויטש, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי' המקום ירחם עליהם...
איך בעט אייך, שרייטס נישט אז ווען ער טיט דאס פאר מיין א קינד וואלט איך אנדערשט גערעדט, ווייל איך באשולדיג נישט דעם געטראפענעם, און ס'איז זייער מעגליך אז ווען ער טיט דאס פאר מיין א קינד וואלט איך אנדערשט געהאלטן, אבער דאס טוישט בכלל נישט וואס איך האב געשריבן, א רחמנות אויף עם, א רחמנות אויף דעם געטראפענעם (אויב איז עס אמת) און זאל דער באשעפער פירן זיין וועלטל, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד,
 |
|
|