אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין סטמר ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין די וועלט, אבער מיר שפירן אז דער סאטמארער רבי ר' אהרן שליט"א האט אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן שיקן שליחים מיט א משלוח מנות צו דעם בעלזער פון אגריפס.
מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.
מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.
מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.
איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין. מיר האפן אז ס'איז געשעהן א טעות און ס'וועט ווערן פארראכטן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/03/2010 16:32:32
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:33:56
נשלח ב-10/3/2010 15:07
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א שיקט שוין פיר יאר משלוח מנות פאר'ן בעלזער רעבי'ן (געהערט פון א בן בית)
נשלח ב-9/3/2010 18:17
גאב"ד העדה בעל המנחת יצחק זצ"ל מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן הסכם שלום
ס'איז היבשער בושות אז הגה"ק מסאטמאר שליט"א זאל שיקען משלוח מנות פאר איינער וואס האט זיך געוואגט אונטער צורייסען מרן רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל אין די בית דין הגדול פין ירושלים אבער איך האב געהערט עס איז דא א שטיקל אפמאך אז בעלזא גייט איינגיין אויף די שיטה ....
פאריאר האט שוין בעלזא געווארפן פאשקעווילען אין וויליאמסבורג מיט א בילד ווי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א טוט רצון קדשו פין זיין הייליגער פעטער הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוק"ל אין אפגעחוזקט פין אים פארן טוהן זיין רצון אין זיי האבן נאך אפעלירט אויף די פאשקעווילן מען זאל נישט שטיצען די בעלזא מכנובקא מוסדות ווייל זיי גייען אויפן דרך וואס הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוק"ל האט איינגעפירט,
נשלח ב-9/3/2010 07:40
shia550 כתב:
איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין ירושלים דאס איז א מחלוקת צווישען סאטמאר אין בעלז
אדרבה דער דעמאלטדיגער ירושלימער רב דער מנחת יצחק האט געמאכט א הסכם שלום מיט בעלזער רבי בכתב אין האט זיך דערנאך געטראפען מיט אים אויף א שלום אויף בעלזער וויין אין עס איז געווען בילדער אין מחנה החרדי איך געדענק עס ווי היינט נאר דער סאטמארער רבי דער בירך משה האט אריבער געשיקט זיין גבאי ר' משה פרידמאן מיט ר' אליעזר קעסטענבוים דאס אפשטעלן אין מען האט מבטל געווען דעם הסכם לכבוד סאטמאר
נשלח ב-15/5/2006 00:01
אליעזר קעסטענבוים איז דעם שבת געגאנגען צום טיש פונעם בעלזער רבי'ן אין ירושלים, ווי מען האט אים מכבד געווען און אריינגעזעצט צו טיש.
נשלח ב-9/3/2010 04:49
איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין ירושלים דאס איז א מחלוקת צווישען סאטמאר אין בעלז
אדרבה דער דעמאלטדיגער ירושלימער רב דער מנחת יצחק האט געמאכט א הסכם שלום מיט בעלזער רבי בכתב אין האט זיך דערנאך געטראפען מיט אים אויף א שלום אויף בעלזער וויין אין עס איז געווען בילדער אין מחנה החרדי איך געדענק עס ווי היינט נאר דער סאטמארער רבי דער בירך משה האט אריבער געשיקט זיין גבאי ר' משה פרידמאן מיט ר' אליעזר קעסטענבוים דאס אפשטעלן אין מען האט מבטל געווען דעם הסכם לכבוד סאטמאר
אבער ירושלים קומט דא נישט אריין
נשלח ב-9/3/2010 04:21
האדמו"ר מבעלזא בביקור אצל הגר"י שיינברג
האדמו"ר מבעלזא בביקור אצל הגר"י שיינברג
האדמו"ר מבעלזא ביקר כעת אצל ר' יוסף שיינברגר מראשי העדה החרדית המאושפז בבית החולים שערי צדק
וכשנכנס אליו התרומם הרב שיינברגר טיפה ממיטתו לחץ את ידו של האדמו"ר מבעלזא והזכיר את שמו ושם אימו וביקש מהאדמו"ר מבעלזא שיתפלל לרפואתו
נשלח ב-5/12/2004 21:09
פגישה משולשת: בעלזא-גאב"ד העדה-תו"א
בכניסה לשמחת השבע ברכות בבית טשרנאביל, התקיימה פגישה מרתקת: גאב"ד העדה החרדית והאדמו"ר מתו"א היו בדרכם החוצה כאשר הבחינו בכ"ק האדמו"ר מבעלזא נכנס. שניהם נגשו אליו ואיחלו לו בחום ברכת מזל טוב לרגל השמחה במעונו, בלידת נכדו.
נשלח ב-8/3/2010 23:32
די אהרונים קוקן מיר אויס ווי די אינדיאנער וואס האבן נאכנישט געוואוסט אז אמעריקע איז שוין נישט זייערס...
זיי ווערן נעבעך הייזעריג פון אזויפיל מאל שרייען בני המן און אלע מיני לשונות של גנאי.
זיי כאפן זיך נישטאמאל וואסערע געלעכטער זיי זענען.
ענקער באן איז אפגעפארן, קינדערלעך!
ווען מרן רבינו הברך משה זצוק"ל וואלט היינט געלעבט וואלט ער בלי ספק געשעפט תענוג ונחת וויאזוי עס קוקן אויס די ריכטיגע תלמידים פון רבינו הקדוש זי"ע.
יא! די "בני המן" (זיי שעמען זיך ב"ה נישט דערמיט, ווייל זיי גייען ב"ה נישט מיט קיין געהאקטע בערד וד"ל) האבן אויפגעשטעלט ערליכע שטובער אויפן הייליגן דרך פון רבינו הקדוש זי"ע האט געפאדערט און וויאזוי מרן רבינו הברך משה זצוק"ל פלעגט מאנען פון אונז.
נשלח ב-8/3/2010 23:27
נפל כתב:
איך פארשטיי שוין די היתר אויף בעלזא, איין זאך פארשטיי איך נישט... לויט די אלע פשעטלעך איז דאך "גענוי די זעלבע" היתר דא אויף בני יואל, פארוואס קענגן בני יואל זענט איר ממשיך די מלחמה?