בית פורומים כל העולם כולו

ווער זענען די רוצחים, אכזרים,???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2010 18:23 לינק ישיר 
ווער זענען די רוצחים, אכזרים,???

איך האב אזוי אריין שפאציערט אונעם זאלי פורם, האב איך מיך אנגעשטויסען און דעם פאלגענדע אשכול, וואס איר קעפל האט געצויגען מיין אויפמערקזאמקייט, דארט שרייבט עפעס א פארווייטאגטע זאלי וואו פאלגענד:

 

די ראטן טרינקען פריש בלוט

עס איז ליידער א ביטערער מציאות אז די ראטן מוזן שטענדיג צאפן אביסל פריש בלוט.

די מערסטע הנאה האבן זיי צו טרינקען אביסל פריש בלוט ווען א מענטש איז בצער, ווען א משפחה איז מתאבל אויף א נאענטן קרוב, דעמאלט קומען זיי ארויס מיט די ציין און נעגל און זענען "דורס ואוכל".

 

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א שרעקליכער אומגליק, מען האט ליידער געברענגט לקבר ישראל א נפש יקרה וואס איז פארשניטן געווארן פון די ביטערע מחלה ל"ע, א איד וואס האט זיך כל ימי חייו אוועקגעגעבן 24 שעה און טאג צו טון חסד פאר אנדערע, האט ליידער פריצייטיג צוריקגעגעבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה.

 

אזוי ווי דער איד איז א מעמבער בקהל יטב לב תחת נשיאות כ"ק רבינו מהרי"י שליט"א, און די משפחה האט אים געברענגט לקבר ישראל אינעם בית החיים פון זייער קהלה, וואס דאס איז נישט לרוחם פון די ראטן, האלטן זיי אז זיי האבן א היתר (עבר ושנה) און שפירן זיך בארעכטיגט צו טרינקען דאס בלוט פון די משפחה, און אויסלופטערן ברבים וואס עס שמעקט זיי נאר. אן טראכטן איין רגע אז דא איז דא א משפחה וואס באוויינט זייער טאטן, און אפשר איז יעצט די צייט זיי צו לאזן במנוחה?

 

מיט די זעלבע מאס רציחה וואס זיי האבן זיך אויפגעפירט ראש חודש אלול תשס"ט, פון זיין א שמח לאיד און טאנצן "הקפות" ווען ביי יענעם גיסט זיך טרערן, די זעלבע מדות מגונות האלטן ווייטער אן ביתר שאת. דעמאלט האבן זיי זיך פארענטפערט אז פאר יענע משפחה "קומט זיך עס", (הגם עס איז נישט קיין תירוץ, און אפילו עס קומט זיך, דארף מען זיין עכט עכט עכט עכט שלעכט זיך צו קענען אויפפירן מיט אזויפיל אכזריות ווי זיי). אבער יעצט רעדט זיך פון א שטילע פיינע משפחה, וואס האט קיינעם נישט געטשעפעט, זיי זענען נישט קיין ראשי הקהלה , אדער רודעדערס, פארוואס טרינקט מען זייער בלוט? פארוואס לאזט מען זיי נישט באוויינען זייער נפטר?

די אהרונים פירן זיך אויף ערגער ווי די גרועים שבאומות. יעדער נפטר וואס ווערט באגראבן און נייעם בית החיים ווערט אריינגעשריבן אין שמואל ווידער'ס "פנקס" און מען איז אים מבזה אויף היידפארק. מיט פארשידענע לשונות של גנאי ובזיון, מיט שקרים וכזבים, אז מען זאל די משפחה נישט לאזן לעבן.

 

 

א צווייטער קרבן איז היינט געווען די חשוב'ע משפחת "האכהייזער",

 

די משפחת האכהייזער איז א חשוב'ע אידישע משפחה, וואס פירן זיך אידיש און ערליך, אויסגעהאלטן בהשקפה, אויסגעהאלטן בצניעות, טוען מצות ומעשים טובים, עס איז דא פון זיי אסאך תלמידי חכמים מופלגים, אבער היות אינעם "פנקס" הבית חייים איז ליידער פארשריבן געווארן איינער פון די בני המשפחה, ולהבלח"ט אינעם "פנקס" פון סידור קידושין איז ברוך השם אויך פארשריבן געווארן צוויי אייניקלעך פון די ריזיגע משפחה קיעה"ר, האבן די אהרונים זיך גענומען צו זייערע ביינער.

 

עס מוז ארויסגעברענגעט ווערן אז קיין שום נארמאלער מענטשן מאכט זיך סייווי נישט צו טאן וואס די פאר מטורפים שרייבן אויף היידפארק, און זיי קענען קיינעם נישט מבזה זיין חוץ זיך אליין, און די אידן זענען חשוב ווייל זיי פירן זיך אויף גאטפארכטיג און זייער ערך פאלט נישט קיין איין אינטש ווייל אפאר ליידיגיערס אויף היידפארק זענען נישט צופרידן אין וועלכע האלל זיי מאכן חתונה די קינדער, אדער חלילה עס זאל נישט אויספעלן ווי זיי האבן געברענגט איינעם לקבר ישראל. עס ווייזט נאר דעם דורכגעפוילטן חינוך פון רשעות ואכזריות וויאזוי זיי פירן זיך אויף, און די ספעציעלע הנאה וואס זיי האבן זיך צו פרייען מיט יענעמס אפענע צרות.

 

שמואל ווידער האט די וואך זייער מיאוס אראפגעריסן דעם "מנהיג העדה" דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א, די נאכט האבן די ראטן געווארפן פאשקעווילן אין קרית יואל. אבער דער סאטמאר'ער רבי איז נישט קיין רחמנות, ער האט ווער עס נעמט זיך אן פאר זיין כבוד, און כדרך העולם וועט מען דאס פאר ר' אהרן נישט שולדיג בלייבן, ער וועט באקומען דעם ביקור גומלין...

 

אבער די אומשולדיגע ציווילע משפחות, וואס וויל מען פון זיי האבן? פארוואס לאזט מען זיי נישט אנגיין מיט זייער פריוואטן לעבן?

 

איך רייב מיך מיינע אויגן אויב איך לייען גוט!

די בני יואל מיט די זאלי פראקציע האבן א מהלך, וואס די יסוד דערפון איז מער ווייניגער הא לן והא להו,  אבער צו זען וואו די שלעגער, און טעראריסען, און אכזרים, וויינען מיט קראקעדייל טרערן, אז זיי ווערן נעבאך געשעפעט, קימט פשוט ארויף א שמייכל אויף די לעפצען פון יעדן רעכט דענקיגער בר נש,

 

יעדער ווייסט, און א טייל געדענקן נאך, ווען רבינו הקוה''ט זי''ע  האט נאך געלעבט, איז געווען א באנדע וואס האבן זיך געריפן ''סדרנים'' וואס אפיציעל איז זייער אויפגאבע געווען צו האלטן ארדענונג און בית מדרש, ביי די תפילות און די הייליגע טישן,

 

די א''ג סדרנים וואס באשטייט היינט צו טאגס  ע''פ רוב פון די  בני יואל / זאלי פראקציע, האבן געשלאגען און געהרגעט, זקינים ונערים, רבנים, ראשי הקהלה, חסידים ואנשי מעשה, זיי האבן פארטיילט פיזשע קלעפ און מכות כדי להמית, זיי האבן ברוטאל צושלאגען יעדן לעבעדיגען באשעפעניש וואס איז זיי נאר געשטאנען און וועג,

 

וואו אויך האבן זיי טעראזירט רבנים, וואס זענען לשיטתם נישט געגאנגען און שפאן, מיט א רציחה נוראה, וואס א מענטשליכע מוח קען ניטאמאל באגרייפן, אזעלכע רבנים וואו כ''ק רבינו דער ברך משה זי''ע, הרה''ק ר' הערשלע סאפינקער זי''ע, הרה''ק מקרעשטניף זי''ע, הרה''ק משארמאש זי''ע, הרב טייץ פון אליזעבעט ז''ל , און נאך און נאך,

 

אזוי ווייטער ווען רבינו שליט''א איז געווארן דער מרא דאתרא און קרית יואל, וואו פול טעראר, רשעות און רציחה, האבן זיי אפגעטאן? וואו פארברענען זיין שטיבל וואו עס איז געליגען די הייליגע חדושי תורה, אונטער געלייגט א ליכט אויף א גאז פייפ, בביתו נאוה קודש, ווייס געמאכט די גאסן מיט פאשקעווילען טאג נאך טאג, נאכגעשריגען אוןן די גאס, וואו פול מאל האט זיי אים פיזיש אנגעגריפן? און געריפן און קארט כמה פעמים, אים געמסערט אז ער האלט דרשות בעניני צניעות, אזוי ווייטער און ווייטער,

 

ווער רעד נאך ווען די זאליס האבן אנגעהויבן ציריק צו טראגען דעם קרוין קיין יושנה, און אומפאטירט דעם שרעווערדיגען מן הארץ, דער תלמיד פון שימילע דשיגאן, דער וועקי שרייער, דער מחדש פונעם שקל שלום פורים תורה, דער ניוזוויק ראבינער, דער פורץ גדר, און מהרס ר' זלמעלע פון מיטל מזרח, וואו פול גאלאנען בלוט האט מען גענימען פון כ''ק רבינו שליט''א?

 

כסדר אנגעהעצט דעם הייליגען ברך משה זי''ע מיט נאצישע מיטלן, קעגן בנו הגדול כ''ק רבינו שליט''א, אים נישט אריין געלאזט צו זיין הייליגען טאטען, ווען יא, האבן זיי אים נאכגעשריגען מיט די ארגסטע לויזונגען, וואס איז נאר שייך, אויף געהויבן דעם הייליגן ברך משה זי''ע אונמיטן די סאמע  חופה פון זיין עלסטע איר אייניקל, און אים אפגעליפערט קיין פלארידא, אים געצווינגען צו זאגן דרשות לטובת זייער נידריגע אונטערעסן, וכו' וכו'

 

ווער געדענקט דען נישט וואו דער ר' זלמעלע דער נועם המידות'על, איז געשטאנען און שטוב פון זיין טאטען דער ברך משה זי''ע, איז געשריגען מיט באנימענע קולות, און געטיפעט מיט די פוס,וואו א פאלנער ציגאנער, אז ר' אהרן ווארט אז יקרבו ימי אבל אבי! און דער ברך משה זי''ע איז איינגעגאנגען פאר צער און עגמ''נ,

 

דאס איז נאר א טיפה מן הים, וואס די רוצחים, אכזרים, האבן געטאן,

 

און זיי שעמען זיך ניטאמאל צו שרייען אויף אונז ''רוצחים'' ''אכזרים''

 

די גרעסטע רוצחים און אכזרים זענט איר אליינס, אנגעהויבן ביי ר' זלמעלע, מיט בן פראדל, מיט משה וואלף קליין, שמשון יענקל, ליפעלע קרויס, מיכלע שלעזענגער, גענדיגט ביי דעם טרויעריג בארימטען משומד, יוזל בן מרים ימ''ש,

 

הערט אויף מיט אייער רשעות און רציחה, הערט אויף מיט אייער שייגאץ שטיק, הערט אויף אנצופייפן די הייליגע תורה, הייבט אן אויס צו פאלגען די הוראות פונעם מייסד פונעם שטעטל, וועט זיין שלום על ישראל!!!!

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 18:52 לינק ישיר 

ביי איינער פון זיינע דרשות (דאכט זיך מיר די טעוועלע דרשה) האט ער געזאגט בערך בזה הלשון:

יא, זענען געגאנגען בחורים און געטון אויף די אייגענע האנט, אבער איך בין זיי נישט דן זיי האבן זיך אנגענומען פארן טאטנ'ס כבוד

איז דאס נישט אפיציעל געפירט דורך די הנהגה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 02:23 לינק ישיר 

אגב דוד'ל זיסער וואס נאך האט רבינו שליט''א געזאגט ביי די דאזיגע דרשה???? האט ער דען נישט פארדאמט די שלעגער, אויפן ארגסטען?


נאר וואס די בני המן, האבן געמאכט א גאנצע גראשקע אז מען האט אנגעקנאקט אן עזות פנים, האט רבינו שליט''א געזאגט אז אמת מען טאר עס טאקע נישט טאן, אבער עס איז נישט עק וועלט, עס איז דא פלעצער וואס מען וואלט געשריגען כוהנים ארויס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 02:20 לינק ישיר 

איי איי ראפאגאש


מען האט דיך נעבעך איינגרעדט דעם באבן און דו גלייבסט

ווארט נאר, מיר וועלן ארויפלייגן דרשות פון דיין מאנראוער צדיקל ווי ער בארעכטיגט די "סתם ווילדקייטען, עס איז נישט קיין אויסגערעכענטע סטראטעגעשיע טעראר" (ווי דו רופטס עס)...

וויאזו האט דיין צדיקל געזאגט אין א דרשה נאכן אנמקלען א איד עד להמית: ערגעץ אנדערש וואלט מען געשריגן כהנים ארויס...

איי איי ראפאגאש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 02:01 לינק ישיר 

נישט חלילה איך גיי מיר פארהערן מיט א טאהשען ליידיג גייער מיט א רעפעטאציע פון לאו חכים טובא ולאו טיפוש זוטא!

נאר א קליינע נקידה עס איז אלעמאל געווען ווילדע יונגען וואס האבן קאמאנדעוועט, און געווילדעוועט אויף די אייגענע האנט, און שאדן געמאכט יודישע פארמעגענס,

אבער 2 זאכן

1 זיי האבן ע''פ רוב געהאט א סיבה, ווייל דער געשלאגענער איז געווען אן עזות פנים, א מחוצף אן אויסווארף אד''ג,

2 עס איז א''פ רוב געווען סתם ווילדע אקציעס, נישט קיין סאדיסטישע אויסגערעכענטע טעראר,

דע סדרנים, בני יואל, זאליבאנער, האבן געשלאגען און געפייניגט יודן על לא דבר, סתם ווייל זיי האט זיך פארגליסט צו אומפארטירן דעם מן הארץ פון איזריאל, און אים פראקאלאמירן פאר א רבי,

און סאטמאר האט געשריגען מוחל טובות, עס איז אונז זייער גוט צו האבן א רבי א צדיק אמת, א גאון הגאונים, א איש קדוש, א איש המעש, מיר דארפן נישט דעם מן הארץ ער קען זיך געזינטערהייט בלייבן און סיגוט, אדער און האצעפלאטץ,

דערפראר האט מען געשלאגען, געהארגעט און געמסערט,און טעראזירט, סאטמארע חסידים, מיט איר גרויסן הייליגען רבי'ן שליט''א,

און די אלע ווילדע זאכן וואס די יחידים טוען היינט, (אויב זיי זענען אנ''ש) איז סתם ווילדקייטען, עס איז נישט קיין אויסגערעכענטע סטראטעגעשיע טעראר,  אזא שטייגער וואו פארברענען ילד שעשיעים, אדער א אוועקפירן א עלטער זיידע אונמיטן די חופה פון אן אייניקל, לייגן א ליכט אויף א גאז פייפ, אד''ג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 00:11 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=PmgmSnfJfLE



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 00:11 לינק ישיר 

* width="500" height="405"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 22:29 לינק ישיר 

כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר ק"י האט שוין געזאגט פאר ר' יוסל וואלדמאן פאר בערך 25 יאר צוריק "גארנישט טוט זיך נישט, האבן די בחורים איבערגעדרייט א קאר, חוץ פון דעם איז שטיל"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 22:26 לינק ישיר 

געדענקט נאך איינער ווען א געוויסער רשע [לייען: זאלי] האט נאכגעשריגן ר' דוד הויער מיט א פונקטליכן חשבון פארוואס זיין זון איז אוועק ל"ע, און דער כראנישער מוחה [אויף יענעם] רז"ל פיליפ האט יענעם געפסקעט אז ער טאר נישט גיין איבערבעטן?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 22:24 לינק ישיר 

נפל דרייט, און ענק אלע דרייען זיך מיט.

דער פותח האשכול האט געפרעגט א פראגע: ווער זענען די רוצחים ואכזרים?

לו יהא אז דער קאר איז ווירקליך סרוגא'ס קאר, און לו יהא אז דאס האבן טאקע די בחורים געטון, איז עס סך הכל א ווילדער איבערגעטריבענער אקט פון אפאר בחור'לעך קעגן א פורץ גדר און עזות פנים.

אבער די מענטשן וואס האבן יארן לאנג גערצח'עט געהרג'עט און געשלאגן יעדן וואס איז זיי געשטאנען אין וועג מיט די גרעסטע מאס רציחות און אכזריות, קענען יעצט קומען פארפירן ווען מ'געט זיי אמאל צו קאסטן פון זייער אייגענע מטבע?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 21:54 לינק ישיר 

א קשיא אויף א מעשה... מסתם האט ער עס געבארגט פון זיין שוואגער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 21:35 לינק ישיר 

ברענגט ער מיר א פיקטשער פון אן אנגעגאסענעם קאר און ער זאגט מיר אז דאס איז יצחק סרוגא'ס, ווער ס'קען יצחק סרוגא ווייסט אז ער דרייווט א קליינע רויטע סעדען מיט אפגעקראכענע פעינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 20:16 לינק ישיר 

נפל פון וועלכע פאשקעווילען רעדסטו? די זענען דאך "פאלטשע" פאשקעווילען פון דער בלאט אפיס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 20:08 לינק ישיר 

מיטן חלה דעקל דעקט מען איבער די "סייחים גלאט"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 19:59 לינק ישיר 

נפל זעיט אויס די ביסט אין טאהש נאכקיינמאל נישט געווען... נפל די ביסט דאך יא ערוואקסען סא פליז זיי מסביר וואס מיינט דאס חלה דעקל? ניצט מען דאס פסח אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 19:48 לינק ישיר 

לכאורה נאר ווייל די ביסט א חלה דעקל... אין טאהש האט קיינער נישט ניו יארקע פלעיטס... וואס יא? פרעג דיין שוואגער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער זענען די רוצחים, אכזרים,???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext