היינט ביי די גרויסארטיגע סאטמארער בר מצוה אין קרית ויואל משה, פון בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים נכד מרן מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז באשיינט געווארן דורכ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א ובחת דינו הצדק וכל גדולי ומאורי ירושלים, האט דער ירושלימער רב - וועלכער איז געוועזן אנוועזענד ביי די דברי תורה וברכה פון סאטמארער רבי - משלב געווען ביי זיין דרשה צווי בחינות פון קבינ'ס ווערטער, און צוגעלייגט אז עס איז דברות קודש.
בתוך דבריו האט ער מיט התרגשות געזאגט אז דער חתן הבר מצוה איז אן אייניקל פון די ריכטיגע ממשיכי דרך וממלא מקומו פון מרן בעל ויואל משה זצוק"ל, און עס זיכער אז דער זכות וועט עם באשטיין כל ימי חייו.
אויך האט ער געזאגט אז מיר אלע האבן זיך משתוקק געווען צו זעהן דעם זיידן (מרן רבינו מסאטמאר) באשיינען די שמחה, אבער עס זיכער אז מקירוב הלב געפונט ער זיך דא ביי יעדן איינעם, ומחשבה טובה הקב"ה מצרפו למעשה.
א בילד פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א ביי די שמחה של מצוה
