בית פורומים כל העולם כולו

מדה כנגד מדה - רז"ל, פון הימל בלייבט מען נישט שולדיג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/3/2010 07:53 לינק ישיר 
מדה כנגד מדה - רז"ל, פון הימל בלייבט מען נישט שולדיג!

נעכטן איז פארגעקומען א גרויסארטיגע בר מצוה פון אן אייניקל פון רז"ל אין ירושלים עיה"ק.

כ'וועל נישט אריינגיין אין קיין איבריגע דיסקוסיעס און זינלאזע ויכוחים וועגן זייטיגע פרטים, איך וויל נאר ארויסברענגען איין וויכטיגע נקודה וויאזוי מ'קען זען דעם אפענעם יד ה' אפילו אין דעם היינטיגן גרויסן הסתרת פנים, ווי ווייט דער אויבערשטער פירט זיין וועלטל מיט א פונקטליכן חשבון. אלעס ווערט פארשריבן און אוועקגעלייגט, און בבוא העת נעמט מען אפיר דעם ספר הזכרונות ויהיו נקראים לפני המלך. און אויב האט מען א זכי' באקומט מען דעם עונש נאך אויף דער וועלט.

-------------------------

ר' זלמן לייב טייטלבוים איז צוואנציג יאר געווען א שטילער פארביסענער איד, וואס האט פיינט געהאט זיין טאטן און דעריבער אויך זיין גרויסן ברודער וואס איז אלעמאל געווען דער באליבסטער זון. ער האט אלעמאל געשפירט אז די גאנצע וועלט קומט זיך אים אויף א גאלדענע טאץ, און ער האט כסדר געהאלטן אז זיין טאטע מיט זיין ברודער ווילן אים נאר באגראבן און לייגן אין דער ערד, ספעציעל ווען זיין ווייב מיט איר משפחה האבן אים נאכאנאנד געהעצט אין דער ריכטונג.

ענדליך איז אים אונטערגעקומען א צייט פון נקמה. משה גבאי האט געזען אז די לייצעס גליטשן זיך אים ארויס פון די פינגער און קריטיש געזוכט א כפרה הינדל וואס ער זאל קענען נוצן פאר זיינע שררה פלענער. ער האט פארשטייט זיך נישט געדארפט זוכן צו ווייט. גענוג צייט האט ער פארברענגט מיט דעם ליידיגייער צו וויסן זיין טיפע און וויסטע שנאה קעגן זיין עלטערן ברודער (עי' ערך "טשארלי בראון מוטשעט מיך" וכולי), און יעצט האבן די צוויי זיך געגעבן די הענט און געמאכט א יד אחת צום גרויזאמען פלאן וואו ס'וועט זיין זה נהנה וזה נהנה, און גאנץ כלל ישראל קען אויפגיין אין פלאמען.

אויב איז זיי נישט גענוג געווען די אלע מעשי רשע ואכזריות וואס זיי האבן דורכגעפירט קעגן דעם צוקונפטיגן מנהיג ישראל און די טויזנטער אנגעווייטאגטע חברי הקהלה, האבן זיי זיך דערקייקלט אזוי ווייט ביז דורכפירן דעם נידערטרעכטיגן און אומדערהערטן אקט אפצוהאלטן א זיידן פון אנטיילנעמען ביי די שמחות פון זיינע קינדער און אייניקלעך.

פאליטיש האבן זיי גארנישט געהאט דערפון, פונקט פארקערט, זיי האבן אסאך דערלייגט דערפון. זיי וואלטן געקענט ברענגען דעם זיידן צו די שמחה און נאכאלץ אנגיין מיט זייערע שוידערליכע גניבות און רשעות שטיקלעך. קיינער וואלט נישט געהאלטן אז עפעס טוישט זיך לכבוד דעם [אויסער דאס אז די וועלט וואלט געזען די שטארקע אהבה פון טאטן צום מכלומרש'ט פארפיינטעטן זון, אבער דאס האט די וועלט במילא גענוג געזען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אזוי אז ס'וואלט במילא גארנישט אויסגעמאכט].

די איינציגע סיבה פארוואס זיי האבן עס געטון איז געווען ריין רשעות לשם רשעות. משה פרידמאן איז אן אכזר מבטן ומלידה וואס איז גרייט אונטערצוצינדן זיין אייגענע מאמע אויב אזוי וועט ער אפטון זיין ברודער. אויך רז"ל זעלבסט - דער איינציגער וואס וואלט געקענט אפשטעלן דעם רשעות'דיגן אקט - האט זיך געריבן דעם בויך מיט הנאה אויף זיין ברודער'ס צער, און אויב קען מען אינאיינוועגס אפטון דעם אייגענעם טאטן דורך פארמיידן פון אים די געוואלדיגע שמחה איז דאך נאך בעסער. געשאסן צוויי האזלעך מיט איין קויל.

--------------------

ס'איז דורך עטליכע יאר. דער הייליגער טאטע איז שוין בעלמא דקשוט. דער עלצטער זון גרייט זיך צו מאכן א בר מצוה פאר א קינד. א געוואלדיגע שמחה. זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז א צייט פון פרייד אויך ביים ווייטן זיידן, וועלכער וועט אודאי מאכן אלע אנשטרענגונגען צו קענען זיך באטייליגן ביי די שמחה. אינאיינוועגס וועט מען שוין קענען פטר'ן נאך אפאר טאג וואס מ'דארף נישט זוכן וואס צו טון, אויך א געוואלדיגער געווינס.

אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן!

צוערשט שיקט מען אונטער עפעס א באבע-מעשה וואס זאל צושטערן אלע גראנדיעזע פלענער. דער איד אפיס מוז נעבעך צוריקמופן, אבער כאטשיק וועט מען אריבערברענגען די שמחה קיין אמעריקע וואו דער לייבליכער זיידע וועט זיך קענען מיטפרייען מיט די שמחה.

אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן!

ליידער איז די שוויגער/שוועגערין נפטר געווארן ל"ע, און יעצט זענען ווידער אלע פלענער פארדרייט. דא איז שוין די באבע-מעשה פארשווינדן, און יעצט איז געבליבן נאר די זיידע-מעשה. יא פארן אדער נישט פארן? דא איז פאראן גרויס דרוק מצד די גדולי ארץ ישראל אז מ'זאל ארויסגיין פון טמא'נעם בג"ץ, פון די אנדערע זייט אויב פארט מען יעצט וועט מען נישט קענען פארן צו די גרויסארטיגע נסיעה פון כ' סיון, ווען מ'גייט ראטעווען דאס יהדות החרדית פון ארץ ישראל, און באפרייען דעם נועם הארץ פון דארפן שטופן נאך אפאר איבריגע שעה. אלזא, וואס טוט מען דא?

אין הימל האט מען נישט פארגעסן!

ענדליך איז פארגעקומען די גרויסארטיגע בר מצוה, אבער אן די באטייליגונג פון גרויסארטיגן זיידן.

יעדער שפאקולירט פונקטליך וואס דא איז פארגעגאנגען, יעדער וויל וויסן וואס עס גייט זיין די פרישע באבע-מעשה פארוואס ער האט זיך נישט באטייליגט. איינער גייט זיך שווערן אז ס'איז צוליב דרוק פונעם גאב"ד ירושלים. אנדערע ווייסן זיכער אז יעקב בער האט אים נישט געלאזט פארן. די זאליס וועלן זאגן אז די מוסדות האבן פארלאנגט אז ער מוז איינהאלטן דעם קאנטראקט און קומען כ' סיון מיט'ן פולן בייטל. אנדערע גאר טענה'ן אז דעלטא האט שוין נישט געהאט קיין פוירסט קלעס טיקעטס.

אבער דער ריינער אמת איז אז אין הימל האט מען נישט פארגעסן!

דארט געדענקט מען נאך זייער גוט דעם שרעקליכן רשעות, ווען דער איצטיגער זיידע האט אפגעהאלטן זיין אייגענעם טאטן זי"ע פון זיך באטייליגן ביי די שמחות פון זיינע אייניקלעך צוליב ביליגע פאליטישע חשבונות.

יעצט האט מען אים געוויזן. פרישע נארישע פאליטישע חשבונות האבן דאסמאל ווידער אפגעהאלטן א זיידן פון זיך באטייליגן ביי די שמחה פון אן אייניקל, טראץ דעם צער און עגמת נפש מיט וואס דאס איז פארבינדן!

רז"ל געדענק, אלעס קומט אהיים! דאס איז נאר איין קליינער ביישפיל וואס מען האט דיר געוויזן פון הימל אז דו וועסט טייער באצאלן פאר דעם גאנצן רשעות וואס דו האסט אפגעטון, און געהאלפן אפטון, אין די לעצטע צען יאר. בעסער טו תשובה באצייטנס, און האף צום רבש"ע אז דו זאלסט נאך אפקומען פאר אלעם דא אויף דער וועלט!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2010 03:54 לינק ישיר 

ספעציעלע ביילאגע* style="outline-style: none; outline-color: invert; outline-width: medium" id="doc_645226225841938" name="doc_645226225841938" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" width="100%" height="600" type="application/x-shockwave-flash"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 08:40 לינק ישיר 

דוד, מען ווייסט ווער?



איך האב געמיינט אז דאס איז א סוד.

את חטאי אני מזכיר. איך בין געווען דער וואס האט נישט געלאזט דעם ברך משה פארן צו די בר מצוה פון רז"ל.

איך האב גענומען א גאן און אריינגעגאנגען צום ברך משה און אים געסטראשעט אז אויב גייט ער צו די בר מצוה, וויל איך אפילו נישט זאגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 06:42 לינק ישיר 

דא איז די דרשה וואס מרן רבינו הברך משה זצוק"ל האט געזאגט (דורך א הוק-אפ) ביי די בר מצוה אין ירושלים תשנ"ט, ופני... חפו, דער מאנראוער צדיק'ל האט באקומען זיין פארציע פארן שטערן זיין הייליגן טאטן קומען צו די בר מצוה


 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 05:55 לינק ישיר 

און ווער האט נישט געלאזט מרן רבינו הברך משה זצוק"ל פארן צו די בר מצוה קיין ירושלים תשנ"ט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 03:53 לינק ישיר 

איינער האט מיר געשיקט אין אישית א לינק צו א פייל וואו ס'איז שיין אויפגעזעצט די ביידע אויבערשטע ארטיקלען מיט נאך חומר. איך האב עס נישט אינגאנצן איבערגעליינט אבער כ'לייג עס דא ארויף:

http://www.yousendit.com/download/THE3eW54Z1AwMEVLSkE9PQ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 17:53 לינק ישיר 

(משה_גאבע:)

אוואו איז דער זיידע???

בעצם איז די טעמע שוין אפשר בארירט געווארן אין די אנדערע אשכולות, אבער ווי געזאגט נאר "בארירט" געווארן , און לכאורה וואלט זיך אזא הייסע טעמע פארלאנגט א באזונדערע אפהאדנולג.

עס איז דא פארגעקומען א מורא'דיגע ערשיינונג אויב קוקט מען אריין טיעפער אין דער זאך:

א בר מצוה פון א בחור'ל אן אייניקל פון א גרויסע רבי לכאורה, און... דער זיידער איז ביי דער מצוה נישט צו געפונען... נאר וואס יא? גענוי ווי זיין טאטע - דער עלטער זיידע פון דעם בחור - האט געטאהן ביי די 85 האט ער געטאהן ביי די 55 - גערעדט דורך אן הוק-אפ!!!  נישט מער און נישט ווייניגער! איי וועסטו וועלן פרעגן, ווי איז דער זיידע? איז ער אלט און נישט בכח צו קומען? ניין! ער איז א אינגער מענטש!, איז ער ל"ע נישט געזונט און קען נישט פליען אפשר? נאַ! אויך נישט ! ער איז ב"ה פולקאם פריש און געזונט!, און ס'אפילו געווען א פלאן צו קומען!, איז ער ל"ע באבילות? אויך נישט ב"ה!, טא וואס יא??! שטעלט זיך די הארבע פראגע אוואו איז דער זיידע ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

די קשיא גייט נאך ווייטער: ס'דאך געווען א פלאן צו קומען, און ס'איז אפילו געווען א רעדע פון אריבער פירן די בר מצוה קיין אמעריקא צוליב א באבע, נו? צוליב א באבע אין בעט קען מען אריבערמופן א בר מצוה קיין אמעריקא, אבער צוליב א זיידע א רבי קען מען נישט?! קען נישט דער זעלבער פליגער וואס האט געדארפט ברענגען דעם ב"מ בחור ושושביניו צו די באבע ברענגען דעם בחור'ל צו זיידן? איז אויב אזוי גאר שטארק די קשי' אוואו איז דער זיידע ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

און נאך סאך מער! וואלט נישט שענער געווען ווען די בר מצוה ווערט געפראוועט אין ניו יארק און די טויזענטער אידן וואס זענען אזוי משתוקק צו זעהן מלכם ביופיו און ווילן זיך אזוי שטארק מיטפרייען מיט זיין שמחה אזש ביז דינגען טשארטער פליגער'ס קיין א"י, וואלטן געהאט די געלעגנהייט זיך מיטצופרייען מיט די געהויבענע שמחה? איז אויב אזוי שטעלט זיך די הארבע פראגע: אוואו איז דער זיידע ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

וואלט נישט אסאך שענער געווען אז די גאנצע משפחה פונעם בעל שמחה וואלטן געהאט די געלעגנהייט זיך מיטצופרייען מיט א שמחה פון א ברידער"שוואגער א.א.וו., ווי איידער  אנשטאט מאכן די שמחה מעבר לים און נאר צוויי ברידער זאלן זיין אנוועזנד ביי די געהויבענע שמחה?! איז אט שטעלט זיך ווידער די האבע שאלה אוואו איז דער זיידע און אלע קינדער ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

נאר וואס זאל אייך זאגן? כ'מיין כאב צוגעטראפן  דער ענטפער צו די הארבע פראגע, און אויב איינער קען מיר טרעפן אן אנדער תירוץ וועל איך דאנקבאר זיין:

עס געדענקן נאך אונז אלע דא (חוץ די גאר אינגע קווינס שרייבערליך) ווען עס האט בר מצוה געהאט דער עלסטער איר-אייניקל פון א זיידן וועלכער האט מיטגעמאכט א שווער קאשמאריש לעבן, אנגעהויבן פון פארלירן א טאטע ביי די עלף יאהר, און אפאר וואכן דערנאך אויך זיין מאמע ל"ע (פרובירט אייך אויסמש'לען ר"ל אזא מעשה היינט, וואספארא רחמנות וואלט אזא קינד געהאט - נאר אין יענע צייט איז נעבעך נישט געווען כמעט ווער זאל זיך אויף אים אומקוקן), מיטגעמאכט א שווערע מלחמה, פארלוירן א ווייב מיט אלע קינדער ר"ל - וואס די צער פון דעם איז נישט מעגליך צו באשרייבן, וכו' וכו', און בס"ד אויפגעשטעלט א פרישע לעכטיג דור, אינאיינען מיט  רעביצין א ב"ק , קינדער און אייניקלעך, זיינע צרות זענען אבער ווייט פון פארטיג, יעדעס שטיק צייט שווימען ארויף אנדערע עלעמענטן וואס ווילן מחמת איזה סיבה - אדער בעסער געזאגט מחמת סיבה של קנאה ותאוות הכבוד - אים איינשלינגען לעבעדיגערהייט, מ'טיילט אים אויס ציפקע צרות, קודם אין צייטן פון זיין פיטער ז"ל וואס ווען ער איז צו אים געקומען האט ער מורא געהאט פון זיין אייגענעם שאטן ער זאל פון דארט ארויסגיין בשלום, און שפעטער אין די צייטן וואס ער האט איבערגענומען די שבט ההנהגה האט ער ווייטער צוזאמגעליטן צרות יגון ואנחה אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם מאוד, פאלירט ל"ע א טאכטער פון די ביטערע מעשה ר"ל, וכו' וכו', און אלס שטארקט ער זיך ווייטער מיט א זעלטענע אמונה און בטחון וואס מ'זעהט נישט אינעם היינטיגן דור יתום, און אלס ביי יעדן געלעגנהייט איז ער מזכיר מיט לויב און דאנק פארן הייליגן באשעפער צו וואס ער האט אלס זוכה געווען, און לאזט נישט אויס קיין געלעגנהייט פון בעהטן דעם באשעפער אויף ווייטער אז ער זאל נאך זוכה זיין צו זעהן די הייליגע המשכה, און "ווער רעדט נאך" פון דערלעבן די שמחות ביי די איר אייניקלעך...

ויהי היום, ער איז זוכה צו דעם חלום צו וואס ער חלומ'ט און האפט כח ימי חייו, דער בר מצוה פון זיין ערזטע און דאפעלטער אור-אייניקל... און.. אנשטאט זיך אנטאהן דעם בעקיטשע מיטן שטריימל און לויפן צו דער שמחה אויף וואס ער לעכצט און האפט שוין אזוי לאנג, ניין! זיצט ער אינדערהיים איינגעהילט אין א שטיל-שוייגעניש ווי גארנישט וואלט געווען.. וועט איר אוודאי פרעגן אוואו איז דער זיידע ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

איז ער ח"ו אין שפיטאל?! ניין!
איז עס צו ווייט פאר אים צו קענען קומען זיך באטייליגן? ניין! עס איז אינעם זעלבן שטאט ווי ער טוט זיך אצינד געפונען!
איז ער ל"ע נישט ביכולת צו קומען? לגמרי נישט! ער איז נאכדעם און פארדעם געגאנגען און געקומען פון און צו פארשידענע אנגערע מקומות און מאורעות!
וויל ער אפשא נישט גיין? אוודאי יא! ווי ער האט זיך כסדר אויסגעדריקט!
קומט נישט דער בר מצוה פאהר גענוג אויף א בגבוד'יגן אופן כראוי פאר דעם גרויסן עלטער זיידן? אויסדריקליך נישט! עס קומט פאהר אין א גיגאנטישן זאל ווי עס פאסט זיך פאר אזא גרויסע לאנג ערווארטעטע שמחה, און טויזענטער באטייליגטע שטייען און ווארטן ארויס בכליון ענים אויף זיין ערשיינונג! איז אויב אזוי אוואו איז דער זיידע ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

דער תירוץ איז: מ-ע-ן  ל-א-ז-ט  א-י-ם   נ-י-ש-ט  ק-ו-מ-ע-ן!!!

וו--אאא--ססס?! ווער לאזט אים נישט??!

זיין שונא? ניין! זיינע אייגענע קינדער!! זיינע אייגענע קינדער האלטן אים אפ פון צו ערפילן זיין לעבנס-וואונטש!!

איך מיין איר ווייסט אלע פון וועמען מען רעדט, אצינד לאמיר צירוקגיין צו אונזער געשעענישט מיט קנאפע 10 יאהר שפעטער:

עס קומט פאהר א בר מצוה פון א בחור'ל, נארמאלערהייט פאהרט א טאטע"זיידע צו א קינד'ס"אייניקל'ס שמחה אויף אלע זעקס! און אז נישט ברענגט כאטש דער בעל שמחה צום זיידן - אזויווי דער בעל שמחה דידן האט טאקען געוואלט טוהן פאר א נישט-געזונטע באבע, וואס געשעהט למעשה? איינמאל דער באבע איז נישטא איז קיין קלער נישט פון ברענגען די שמחה צום זיידן! מ'פראוועט זיך אליינס די שמחה אין אנדערן עק וועלט, בשעת די זיידע זיצט מיטן כאלעטל און האלט מיט מיטן הוק-אפ פארנט פון זיין טעלער פלייש מיט קעטשאפ! נו איז דאך אזוי ווינדערליך אוואו איז דער זיידע ביים אייניקל'ס שמחה??!! 

נאר פאר די אלע וואס האבן מיטגעהאלטן אונזער פריערדיגע מעשה איז שוין קיין פראגע נישט! מיר ווייסן גאנץ גוט ווי דער זיידע געפונט זיך! דער זוהן האט זיך פיין געלערנט פון טאטן, אזא איינער וואס ביי אים איז א שפיעל מיט פייער געווען א קינדער שפיעל און אן אייניקל'ס שמחה איז געווען א פאליטיק שווערד, טא וואס עפעס זאל זיך אים דאכטן אז ביי זיין טאטן איז א שמחה א וויכטיגע זאך?!! איז אין די מינוט ס'איז קיין באבע נישטא, פראוועט ער די שמחה ביי זיך אין וויינגארטן און לאזט דעם טאטען הענגען! זיץ דיך אינדערהיים און עס סאפער, און איך העל פראווען א בר מצוה און מאן א לעבן! און פרעג איך אייך: איז ער דען נישט גערעכט האט ער דען נישט די זעלביגע געזעהן ביי זיין פאטער??! 

איז לפענ"ד דער תירוץ: אלעס קומט צירוק אהיים!

נישט ווייל ס'נישט געווען קיין צייט צו פארן, און נישט ווייל א באבע, נאר אז ס'איז באשערט פון הימל מאכט זיך א מעשה מיטל בג"ץ און פונקט יעצט באשליסט דער ירושלימער רב צו שליסן די זאך ביי דין תורה... איי ווי איז ער געווען ביז היינט? - נאר אונז ווייסן מיא שוין גאנץ גוט דעם תירוץ...

(זיץ:)

אויב ביסטו טאקע אין הימל זיי מיר מודיע ווייל כאב נאך אפאר פראגן וואס איז מיר נוגע צו וויסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 15:45 לינק ישיר 

געגאנגען, מתוק מדבש
 יא דיינע ריכטיגע רייד פארדינען זיך א באזונדערן אשכול
כה לחי !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מדה כנגד מדה - רז"ל, פון הימל בלייבט מען נישט שולדיג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext