הערט און לאכט !
דער רויטער מקנא קנאת ה' צבקות ר' אייזק ווייס פון ירושלים וואס די חילול שם שמים טוהט איהם אזוי וויי (ווען ער וויל)
האט היינט ערשיינט פארנט פון די פאנאוויטש'ער ישיבה אין בני ברק און מוחה געווען אנטקעגן די אויפנאמע פון די ישיבה פאר'ן נשיא הכופרים שר"י
אבער ווי נאר די ליטווישע בחורים זענען איהם צוגעגאנגען מיט א פלאקאט אז צום ערשט זאל זיין רבי זיך ארויסציעהן פון די ערכאות הציוני, האט ר' אייזיק מיט די גאנצע קנאות צופליקט דעם פלאקאט, ס'האט נישט געפעלט קיין האר ער זאל הייבן הענט אויך נאר די אנדערע מוחים האבן איהם שנעל אפגעהאלטן
ס'פרעגט זיך נאר אויף איהם די שאלה אנשטאט צורייסן די פלאקאט און אריינשלינגען בזיונות אויף די עבירת רבו
זאל ער ליבערשט מקנא זיין קנאת ה' צבקות באמת אן קיין חילוקים און מוחה זיין קעגן זיין רבי'ן דער הולך בערכאות הציוני, און אנטקעגן זיין מנהל המוסדות דער שליח לדבר עבירה מענדל זאב וואלערשטיין וועלכער האט מיט זיינע בלוטיגע הענט גע'חתמ'ט אויף די קלאגע אין די ציאניסטישן בית משפט
הא לן והא להו !
די ליטוואקעס טארן נישט - אבער די זאלוניצעס מעגן יא
|
|