בית פורומים כל העולם כולו

וואס-איז-נייעס דאט קאם...נייעס קוואל, אדער שטאל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/3/2010 19:03 לינק ישיר 
וואס-איז-נייעס דאט קאם...נייעס קוואל, אדער שטאל?

(גענומען פון 'אידישע וועלט.קאם' - קרעדיט: פרייליכערהייט)

עס איז נישט קיין סוד, און נישט קיין נייעס, אז אין די לעצטע פאר יאר, זינט די אינטערנעץ מיט איר געוועב, האבן זיך אזוי געוועלטיגט אויף דאס טאג טעגליכן לעבן, און איז די געשעפט פירער, די חבירים איינהאנדלער, און די נייעס קוועלער, אלעס ווערט דורך איר געטון, די צייטונגען קייען בלויז איבער אויף פאפיר אלעס וואס איז אויפן אינטערנעט באריכטעט, פונקט ווי דער סעילסמאן פארקויפט זיין אייטעם פאר איינעם וועם ער האט געטראפן אויפן אינטערנעט....

און מיר אידעלעך מיר פארמאגן אויך צייטונגען, ווערן זיי אבער אויך באדרויעט פון די אינטערנעט, מיט אירע נייעס, קען דאך אבער א איד, און ער וויל נישט אויך נישט בלויז ליינען גויישע און אלגעמיינע צייטונגען,וואס איז פול מיט שמוץ און אלעס וואס איז אומהייליג, ער וויל דאך די אידישע נייעסן זעהן און ליינען, ער וויל דאך חדשות בעולם התורה, חדשות בעולם הישיבות, חדשות אינערהאלב זיין קרייז....איז דאך פארדעם אויך דא אידישע נייעס קוועלער,אידישע ווינקלען אויף'ן געוועב,...ריינע גאסן אויפן ברייטן שאסיי, לויטערע וואסער און א ים פון שמוץ...

איז דאך גוט באוואוסט און ברייט באקאנט די אדרעססע פון דעם וועב זייטל, וואסאיזנייעס דאט קאם..וואס כשמו כן הוא, אז איינער פרעגט גוגל'ן אין אידיש, די שאלת הדורות "וואס איז נייעס" ענטפערט ער אים מיטן אדרעססע פון די נייעס בלשון הקושי', און ער פירט אים אריין אין די זייטל.....עס איז א פאקט, אז דער סייט איז דער אידישער דראדש ריפארט, ער איז די מערסט באנוצטער אידישע סייט, ער האט דאס מערסטע צאל באזוכער, און די מערסטע צאל קאמענטירער, און פארשטייט זיך אויך-די מערסטע צאל עדווערטייזער...

וואס איז? ער דעקט אלע אידישע נייעס, אלעס ארום אידן, און אלעס ארום די אידישע לאקאלע געגענטער, אלעס ארום די נאצי געיעג, אלעס ארום די האלאקאסט, אלעס ארום איזראעל, אלעס ארום אידישע עטנישע גרופעס, אלעס ארום אידן פארווארפן ארום די וועלט...

איז אבער די פראגע...ווער איז ער, אט דער נייעס ברענגער, ווער איז ער אט דער אנאנימער פארשוין, ווער איז ער דער וואס זוכט אונטערצוברענגן זיך אליין, און זיינע ליינער,....ווער האט אים געגעבן די ווארט אויף כלל ישראל....א צייטונג אן קיין רעדאקטאר..א דזורנאל אן קיין עדיטאר...א עדיטאריעל אן קיין עדיטאריעל בארד, אן קיין נאמען, א בן בלישם-איז דאך א נאנטער קרוב מיטן בןבליעל....ער קען דאך מיט זיין אנאנימער פעדער, שרייבן און דערציילן, און אראפמאלן וואס ער וויל, און ככל העולה על סרוחו....

איך ברענג דא איין דוגמא, פון א שטיקל נייעס וואס איז בלויז נעכטן דארט געוועהן, וואס איז א מילדע ביישפיל, און א לכאורה נישט געפערליכע שטיקל באריכט, ליגט אבער דערין אזא בי ציקלאן גאז, אזא גיפט וואס בייסט ווי א בייזער שלאנג.. אט האט איר:

Case in point: Lipa's newest release, which contains no audio whatsoever. Entitled Lipa's
Hagada, this full color, laminted, hard covered Hagada, has stunning photos of Lipa Schmeltzer as he takes you through the Pesach Seder, Lipa style. Instead of complicated commentaries, his varying facial expressions convey the emotions that comprise the Pesach Seder, making the nuances of this pivotal night accessible to anyone of any age

אין קורצן איבערטייטש אויף אידיש: ליפא'ס נייעסטע סחורה, וואס ענטהאלט נישט קיינע אודיא בכלל, הייסט "ליפא'ס הגדה" דאס איז א פול-קאלירטע, פלאסטישע פאפירענע,הארטע דעקל'דיגע הגדה, דאס פארמאגט הערליך אויג פארכאפענדע בילדער פון ליפא שמעלצער, און ער טראגט אייך דורך דעם פסח סדר-ליפא סטיל! [b]אנשטאט די קאמפליצירטע לאנגע פירושים, זענען דארט זיינע פארשידנארטיגע פנים אויסדרוקן, וואס פארזיכערן אנצודרייען די ריכטיגע געפילן צום סדר נאכט מאכנדיג דערמיט די הייליגע לעכטיגע סדר נאכט רעדן צו יעדן איינעם און צו יעדן עלטער....[b] עד כאן דער איבערזעץ,

און דערנאך גייט די באריכט-אינטערוויו ווייטער אריין אין דעטאלירטע פרטים פון דעם פראיעקט פון זיין געדאנק ביזן אויספירן למעשה, אז די גאנצע זאך האט נישט געדויערט לענגער ווי א וואך, קורץ און שארף, געטראכט און געטוהן, און עס איז שוין יצא לאורו של עולם....

איצט: איך וויל נישט אריינגיין, אין קיינע פאלעמיק'ס איבער דער הגדה, און נישט באהאנדלען ליפא שמעלצער, און נישט זיינע ווילדע אויסברוכן מיט וואס ער באווארפט דעם אידישן פאלק יעדע פאר חדשים, ער איז א מאכטפולע כח, און ער פארמאגט זעלטענע טאלאנטן אין נגינה, אמת אמת, איך גיי נישט אין די אלע זאכן איצט אריין, נישט דאס איז די נושא איצט,

וואס איך בין נאר געוורן אויפגעשוידערט, און ערוועקט פון דעם ריפארט,...איז...ס'הייסט די אלע קאמענטעריס ארום די הגדה של פסח פון ביז היינט, האבן נישט געדינט זייער צוועק, הייסט עס אז דער סדר נאכט איז געוועהן פארטרוקנט ביז ימינו אלה, און די הגדה האט נישט געטון די ארבעט ריכטיג, און די סדר האט נישט געשלאגן די הייליגע געפילן פון דעם אידל וואס האט איר אנגעראכטן???, און איצט מיט'ן ערשיינונג פון דעם "ליפא הגדה" איז די פראבלעם סאלווירט, און אידישע קינדערלעך וועלן פלאמען און שפרונגן ביי דעם אחד חכם אחד רשע...און ביי ואותנו הוציא משם..!

דאס אזוי צו באריכטן איז דאך ממש, א מאי אהנו לן רבנן...דאס איז דאך עקירת כל התורה, דאס איז דאך א שפיז אין רוקן פון כלל ישראל און אלעס וואס זי פארקויפט, א שטעך אין אונזער טויזענט יעריגע מסורה, הייסט עס אז ליפא האט געראטעוועט דעם דור פון אונטערגיין, און געמאכט דעם פארדראשענעם אידישקייט צוריק אינטערעסאנט און לעבהאפטיג, ער איז מחי' די עצמות היבשת,...אתמהה!!

אוודאי געוויס קען מען דערהערן אז ער וויל פובליצירן אין די ראמען פון א נייעס קוואל זיינס א הגדה....אבער דארף מען דערפאר אזוי עס באשרייבן?? מיט אזוינע פוסטע בלבולים אויף אונז..און מיט אזוינע טיפע האס אויף וויזוי אונז האמיר אלעמאל דעם סדר אפגעראכטן....דארף מען שטויסן און טרעטן אויף אלעם הייליגן,...

דאס איז נאר א קליינער ביישפיל ווי דער וואסאיזנייעס,קאם פירט דעם עולם אויף א רייד, און אין באדע צימער אריין, און ער איז דער מעכטיגער אידישע וועב זייטל, מיט קראנטע און קלארע נייעס'ן, און אפהאנדלונגען,....און מען שווייגט, און מען ליינט אים, און מען קאמענטירט, און ער ווערט שטערקער, און עטוואס מער אויפגעריסטעט, און טוט ככל העולה על רוחו, און קיינער קען נישט צוריק האלטן ווייל "ער איז אנאנים", קיינער ווייסט נישט, קיינער זעהט נישט, דער עולם ליינט און מען קליקירט טויזענטער מאל א מעת לעת, די עדווערטייזער'ס שיקן די גראשעלעך, און ס'אמחי', אין פוצה פה,

וואס איך מיין מיטן אויבנדערמאנטער איז בלויז דער משל, דער נמשל וויל איך נישט אויסשמועסן דא אפען מחמת דברים שהצניעות יפה להן.....!!!כעל נאר גיין אויפן שפיץ גאפל:

ער קען בארעדן, און מאכן א מעשה, באריכטן א סקאנדאל, אויף היימישע אחינו בני ישראל....אמת און נישט אמת,....א אייגענער, א עצמי ובשרי'ניק, זאל אזאנס קענען באווייזן, ער איז גאר מגלה שמוץ, אז יעדער בר בי גאס דחד יומא זאל גאר קענען אריינשמייסן נאך א נעגאטיווער מיינונג אויף אונז יודעלעך און נאך א אונטערייס און נאך א בייס, און מיט'ן פאלשען צוגאנג אז איך דער בלאגירער איז גאר בעסער,...

איז נישט פאר דעם דא די וויסטע שונאי ישראל'ים, זענען נישט פארהאן גענוג און נאך שמוציגע זייטלעך, מלא חירוף וגידוף אויף דעם פארפלוכטן יודע...דער שולדיגער אין אלע צרות, דער שייגעץ הדורות, דער ראביי וואס באהאלט זיינע אומרעכטן אין זיין בארד, און דער האלי מען וואס פארדעקט זיינע אומווירדן אין זיין לאנגער ראק....פארדעם איז דאך דער גוי דא, דער ליבעראלע יוד טוט דאך שוין דער ארבעט פון זיך מכלומרשט הייבן העכער די פרומע יודעלעך וואס זענען א גאנצן טאג פארנומען ווי צו בלאפן און באראבעווען די וועלט מיט אירע מענטשן,....

די גויישע פרעסע ווייסט גענוי וויזוי דאס צו מאכן, וויזוי צו פארקאכן די קאשע'ס און מישן די שמוץ מיט לאקשן,...פארדאמען יעדן אויף איינעם'ס פעלער, און טאבלערירן וואו און וואס מער עס גייט,....

דארף דאס א אידישע וועב זייט באריכטן? אדער אויסשמועסן, און נאך מיט אזא געמאכטע תמימות....

עס איז העכסט צייט אז מ'זאל אים איבערווארפן....און בויקאטירן אויף א מאסשטאבליכן אופן, און אים אויף אייביג צודריקן....

הלואי הלואי!!! מי יתן והי'!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 19:05 לינק ישיר 

לעבעדיגער כתב:

עס איז העכסט צייט אז מ'זאל אים איבערווארפן....און בויקאטירן אויף א מאסשטאבליכן אופן, און אים אויף אייביג צודריקן....

הלואי הלואי!!! מי יתן והי'!

אויך אויף ליפא געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס-איז-נייעס דאט קאם...נייעס קוואל, אדער שטאל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext