אנטווערפן: לא יצטרפו לשום דבר שבקדושה
חסידי סאטמאר זענען שטארק צופרידן צו הערן די גרוסן פון די פשרה'לאזע-תורה'דיגע אידן פון אנטווערפן וועלכע זענען מקיים וואס רביה"ק שרייבט אויף די פורצי גדר וועלכע מאכן א קידושין שלא ברשות המרא דאתרא "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה".
די פארגאנגענע וואך איז געווען א מנין אין שאץ'ער ביהמ"ד, וואו עטליכע מתפללים האבן באמערקט אז דער יואל הירש וועלכע וואוינט מיט פסולע קידושין איז איינער פון די מנין, איינער פון די מתפללים זענען צוגעגאנגען צום שאצער רב שליט"א און זיך אנטשולדיגט אז ער מוז פארלאזן דעם מנין, צוליב וואס מען איז דא מצרף איינעם וועלכע איז אסור להצטרף לדבר שבקדושה, און עטליכע אידן האבן פארלאזט דעם מנין, און למעשה איז טאקע נישט געבליבן קיין מנין דארט. (וואס די איבריגע מתפללים האבן געטוהן ווייס איך נישט).
די זעלבע זאך - בערך - האט זיך אפגעשפילט אפאר טעג שפעטער ביי הרה"צ ר' משה אהרן רייך וואו עס האט מצרף געווען צום מנין דער אבי הכלה אליעזר האכהייזער, (אבי הכלה איז אויך אין כלל פונעם פסק פון רביה"ק) און עטליכע מתפללים האבן פארלאזט דעם מנין מאכנדיג בטל דעם מנין. אויך זיי האבן מסביר געווען די סיבה פאר הרה"צ שליט"א, וועלכע האט עס גוט פארשטאנען.
ויואל משה אמת ותורתו אמת!
 |
|
|