בית פורומים כל העולם כולו

טריפה'נע לעבער אין סאטמאר 82 בוטשער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2010 22:26 לינק ישיר 
טריפה'נע לעבער אין סאטמאר 82 בוטשער

טריפה'נע לעבער אין סאטמאר בוטשער
אינעם סאטמאר'ן פלייש געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס געפינט זיך ביי 82 ליע עוועניו האט מען די לעצטע פאר וואכן פארקויפט לעבער, וועלכע זענען געבראטן געווארן שפעטער ווי 72 שעה פון ווען מ'האט עס גע'שחט'ן.

ווי באקאנט קען מען נישט זאלצן קיין לעבער, לעבער קען מען נאר בראטן, און דאס מוז געטאן ווערן אין די 72 שעה פון די שחיטה.
אויב קען מען נישט בראטן אין די 72 שעה, מוז מען שנעל ווייקן אין וואסער, און דעמאלט האט מען פרישע 72 שעה.

אבער דאס ווייקן אין וואסער, מאכט א גרויס פראבלעם פאר די לעבער, ווייל מ'וויל עס שוין נישט קויפן דערנאך, ווייל עס ווערט צעברעקלט און עס איז מער נישט אזוי שיין, און די קאסטומער'ס ווילן עס נישט קויפן.

למעשה אין די בוטשער סטאר אויף 82 ליע עוועניו, האט דער בוטשער יונג די לעצטע וואכן געהאלטן די לעבער שפעטער ווי 72 שעה, און דערנאך עס געבראטן און פארקויפט פאר די מענטשן, אן דעם וואס מ'זאל די לעבער ווייקן כדת וכדין.

דאס האט דעם דין פון עובר, און מ'טאר עס נישט עסן.

מ'איז שוין געגאנגען רעדן צו די רבנים, אבער ליידער מאכן זיי א שווייג פון די גאנצע זאך.


מער פרטים וועט נאכפאלגן.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/03/2010 22:48:17




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2010 15:35 לינק ישיר 

מען האט עס אריינגעשיקט צום לעב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2010 08:40 לינק ישיר 

first of all live over 3 days is kosher and allowed to eat the only difference is that you are not allowed to cook it even after you burn it on the fire second the fact that the liver is not good if you soak it in water it should not get over is not true ask any butcher they do it constantly and its not falling apart in pieces  

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 02:55 לינק ישיר 

געלעכטער, איז די מעשה שקר? אוסגעטראכט? עלילת דם? אדרבה לאמיר הערן פון דיר, די זאליס זאגן אז עס איז יא אמת, אראדער רב שליט''א האט היינט פארפירט דערוועגן, און די לישקע ארבייט שוין אויף א היתר, אדרבה, לאמיר זען, פרעג דיך נאך און שרייב דעם אמת, איך עקספעקט נישט קיין ריקאל ווייל דאס איז א מיאוסע אהרונישע ווארט, אבער שרייבן דעם אמת קענסטו דאך, (און אפשר איז "אמת" אויך א מיאוסע אהרונישע מידה...).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2010 23:24 לינק ישיר 

געב אכט ווי אזוי די ברענגסט אראפ דו באריכט,מענטשן וועלן נאך מיינען אז דו ביסט א נוגע בדבר אין די טראכסט אויס מעשיות

קיינער ווייסט נישט אז דו ביסט א נוטראלער מענטש וואס געט אכטונג אז אידן זאלן נישט נכשל ווערן מיט עסן טריפות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2010 22:39 לינק ישיר 

ווער עס איז חס על נפשו ועל נפש בניו, זאל נישט קויפן קיין לעבער פון דעם פלייש געשעפט, נאר ווען ער איז קלאר איבערצייגט אז די לעבער איז געבראטן געווארן אין די 72 שעה פונעם שח'טן.

נאך די 72 שעה העלפט שוין נישט קיין בראכטן און מ'עסט ריכטיג דם. רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טריפה'נע לעבער אין סאטמאר 82 בוטשער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext