בית פורומים כל העולם כולו

אידעלעך עסט מצות מצומחות אויף כח !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2010 22:50 לינק ישיר 
אידעלעך עסט מצות מצומחות אויף כח !

אידעלעך עסט מצות מצומחות אויף כח !

איך האב פאריגע וואך אנגעהויבן די מלאכה פון קלויבן ווייץ פאר די מצות פון מיין שווער'ס כתה.
די ווייץ קומען פון די סאטמאר מצה בעקעריי אויף בראדוועי, ווי מיר פירן זיך צו קלויבן אזוי יאר יערליך.

היי יאר בשעת'ן קלויבן האב איך באמערקט אז די ווייץ זענען געפערליך מצומחות אז צו טרעפן ששים דערקעגן איז נישט פון די לייכטע זאכן, אבער איך האב געמאכט א שווייג, איך בין דאך א נוגע בדבר.

אינמיטן קלויבן רופט זיך אן איינער פון מיין בני משפחה וועלכער איז א גרויסער זאלי, פארפאלן די ווייץ טויגן עפעס נישט.

איך האב זיך נישט וויסנדיג געמאכט און איך האב קיין ווארט נישט געענטפערט וואס ער האט געזאגט, און איך האב באשלאסן נישט צו נעמען פון די מצות ווי איך טוה אלע יאר'ן. און איך בין געגאנגען באשטעלן מצות אינעם סאטמארן מצה בעקעריי המהודרת, און באשטעלט דוקא אריזאנא מצות.

נאך עטליכע טעג רופט מיך אן מיין שווער, און בעט פון מיר א טובה נישט מער און נישט ווינציגער:
איך ווייס אז דו האסט דיר באשטעלט אריזאנא מצות, אפשר באשטעלסטו פאר מיר אויך. די מצות וואס איך האב געבאקן איז מיר זייער נישט אנגענעם, דאס וואס איך האב געבאקן וועל איך געבן פאר די קליינע צו עסן.

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג.



תוקן על ידי גוטזאגער ב- 11/03/2010 23:16:18




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 02:48 לינק ישיר 

ס'איז קיין חידוש נישט, איך בין היינט צו טאג געווען קויפן מצות
אין די בעקערי אויף ראטלידש, איז פאר מיר געווען איינער פון די גרעסטע
זאלי שוויצערס, וואס איך גלויב אז יעדער קען עם, און מאנכע האבן שוין
פון עם געכאפט בזיונות, איינער וואס האט א פיסק אויף שרויפן,
און דער איז געשטאנען פאר מיר מיר און געקויפט 72 פונט אריזאנא ווייץ
מצות, פרעג איך עם וואס טיסטו דא ביי אונז, זאגט ער אז די ווייץ אין בראדוויי
איז זייער בדיעבד'יג און אז ער וויל האבן כשרע מצות...
יא, ס'זענען נאך דא ערליכע זאליס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 00:03 לינק ישיר 

געלעכטער זיי נישט קיין נער אין טוה אפ {ר'} אהרן טייטלבוים
 נישט נאר זאלסט נעמען די לאנג איילענד ווייץ (וועלכע איז היי איר געווען א זעלטענע שוואכע שניט)
נאר עס געהעריג ברויט אין פסח (וועסט קענען שרייען אז ראט איז מאכיל חמץ בפסח..)

אגב, ווייסט איינער פארוואס דער דראגער איז היי יאר נאכנשיט ארויסגעקומען מיט זיינע יערליכע פרישע געבעקסען
א שאד, מ'פלעגט זיך קענען אזוי זיס אינטערהאלטען מיט זיינע שיינע ביכלעך

אפשר איז ער פארנועמן מיט די שלטון הבנינים...(קלאסיפייד'ס היינט דאנערשטוג)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2010 23:30 לינק ישיר 

אן אלטע טריק פון די ארונים ווי אזוי צו פארקויפן זייער געבעקסן

מען מאכט אן הקדמה מיט א קאלביש פנים אין מען זאגט אז גראדע איז יענער זאלי
אין דער ארוני שווערט זיך אז ער האט עס גוט פארקויפט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אידעלעך עסט מצות מצומחות אויף כח !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext