איל וויל נישט דא אריין גיין אין די עצם מעשה איבער די ארעסט פרשה, ווייל ס'איז געהעריג ממש דיני נפשות פין אלע זייטן
אבער דעס איז כולי עלמא צי נעמען א יוד אין פאר משפט'ן פאר לעבנ'ס לענליכע טורמע איז א רשעות שאין דגמותו
א טאטע פינעף קינדער אין צוואנציג איינקליך זאל אזוי טראגיש ענדיגען איז הימעל געשריי
אין ווער ס'האט א חלק דער אין איז מרה תיהי אחרותו.
איך האמיך אזוי מתבונן געווען ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס כלל ישראל הערט מען אז איינער האט ציטיען מיט בחורים..
ווי אזוי זעמיר אריין געפאלן אין אזא שפל המצב אז א היימישער יוד מיט בארד אין פיאות וואס דרייט זיך דא ביי אינז זאל בפהרסיא אויף טרעטן אין געריכט, אין קיין בושות ארום לויפן צי אלע צייטנוגען, אן מאכן א חילול השם מסוף העולם ועד סופו .
די תירוץ איז אז קיינמאל אין מאדערנע היסטאריע האט נישט כלל ישראל פארמאגט אזא שוואכן כח אינעם אייגענעם קרייז ווי יעצטדי לעצטע 10 יאר
זינט מען האט אריין געברענגט מחלוקת איז אויטאמיש אפגעשוואכט געווארן דער כח המאחד אין מען איז היפלאז אנטקעגן אזאנע מצבים.
1) א דאנק די מחלוקת קען נחום ראזנבערג שר"י זיך ארום דרייען פראנק אין פריי קיינער זאגט אים גארנישט דער געמיין קערל
טוט אפ רשעות אז די האר פין קאפ פאלט ארויס פין אויף רעגנוג וואס דער מאכט אן
א מסור א רשע לויט אלע מפורשים נאר וויבאלד מען איז ביזי מיט מחלוקת קען מען גארנישט טיען אין אויטמאטיש קען אזא פארזיט אפטיען די וועלט'ס שאדן.
2) א דאנק די מחולקות קען א יוד אויף טרעטן אין געריכט אין פאר משפט'ן אויף לעבן א צווייטן אין ס'איז נישט דא די כח המאחד אפ צי שטעלן אזא מענטש, אלעס איז ליצנות אין די רבנים האבן נישט קיין שום כח עס אפ צי שטעלן אפילו זיי ווילן.
איך האב געהערט פין צענדליגער מענטשן אז פאר 15 יאר צוריק וואלט אזא מעשה קיינמאל נישט פאסירט
אזוי שאץ איך עס אפ.
נשלח ב-16/3/2010 22:42
ביזט גערעכט וואלדמאן איז 'נישט' קיין מסור טראץ די בריוו פין די רבנים אבער דער 'ארוני' איז א מסור טראץ וואס די רבנים זאגען אז ער איז 'נישט' ביזט א רעכטע גלאט אייזעל. א מהודר'דיגע בהשגחת הראב''ד
(איך רעדט נישט ווען א איינצעלנער מענטש האט אנגעמקלט כדי להמית א צווייטען יוד ווי א רוצח, אין יענער האט געטוהן זאכען אויף די אייגענע האנט, איך רעדט פין פעלער ווי ענקער קהל אדער 82 האט עס אפיציעל געשטיצט מסורה (לדוגמא מוו''ק סופער, 82 וואלען אין ק''י, קרוין, וכו')
נשלח ב-16/3/2010 22:05
ער איז ח''ו נישט קיין מסור, ווייל ביי זיי איז דער גע'מסר'טער דער מסור, פונקט ווי ווען זיי האבן געשלאגן רבי עמרם כהן שליט''א אין ראדני און מען האט אפילו ארעסטירט דריי זאלי שלעגער, עכ''ל פון יענקעלע11
יעצט זאג דו יענקעלע ווער זענען די מוסרים?? און בלי שום בושה איז די קעיס געווארן טריאומפירט אויפן דעקל פון בלאט כסדר
און וויפיל יודן זענען שוין געווען ארעסטירט פון דעם שוידערליכן מסור וואלדמאן? הא? לא קשיא הא לן והא להו
נשלח ב-16/3/2010 20:28
די ווייסט אפשר פארוואס די צייטנגען קעגן די חשובע משפחות בני החסיד ר' שלעזינגער האבען זיך אפגעשטעלט? פארוואס איז חלק ג' נישט ארויסגעקומען?
באמת א שאד... ס'געווען אנגעגרייט גיטע סחורה לכבוד די דריטע צייטונג וואס ק' גרופע האט געוואלט ארויסשיקען קעגן די שלעזינגער'ס דארט וואלט יעדער געזעהן פינקטליך ווער די מוסרים זענען
---------------
בנוגע אביגדור זעה אויס אז זיין ארוינישע ארבייטער ווי ר' יצחק ברוך ברוין וכו' האבען געהאט מער יר''ש ווי די אנדערע אזש זיי זענען גרייט צו זיצן אבי נישט איינצוזעצן א צווייטע יוד.
נשלח ב-16/3/2010 20:22
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? ביי די זאליס איז דער נתבע, דער מסור! די בני יואל האבן גערופן ר' דוד עקשטיין אין געריכט איז דאך ר' דוד עקשטיין דער מסור, נפתלי שלעזינגער האט גערופן משפחת ר' יצחק ז''ל אין געריכט, זענען זיי די מוסרים, עטליסט זיי זענען קאנסיסטענט!!!
אביש וויינבערגער האט געמסרט 26 בחורים, אבער ער איז ח''ו נישט קיין מסור, יאשקע וואלדמאן דער מסור דמתא האט שוין צענדליגע מאל גע'מסר'ט אידן אין קרית יואל, און סטראשעט יעדן צווייטן טאג מיט "אילך ואמסור" אבער ער איז פון די יושבי ראשונה במלכות זאלי, ער איז ח''ו נישט קיין מסור, ווייל ביי זיי איז דער גע'מסר'טער דער מסור, פונקט ווי ווען זיי האבן געשלאגן רבי עמרם כהן שליט''א אין ראדני און מען האט אפילו ארעסטירט דריי זאלי שלעגער, אבער רעד מיט א זאלי וועלן זיי דיר זאגן אז רבי עמרם איז גאר דער שלעגער, איי אויף אלע בילדער זעט מען אז ער האט גאר געכאפט שלעק, איז דער ענטפער, נו, טאקע משם ראי', ביי די זאליס איז דער געשלאגענער דער שלעגער, דער גע'מסר'טער דער מסור, און דער גנב דער רבי. עולם הפוך ראיתי.
נשלח ב-16/3/2010 18:45
וואס האט געברענגט דיין באשלוס אז די שלעזינגערס זענען מוסרים? ווייל האסט אזוי געליינט "שווארץ אויף ווייס" אין א פאשקעוויל?
עס איז זיכער אז אונז היידפארק שרייבער זענען נישט די וואס זאלן דן זיין אמיתת הדברים און באשטימען עונשים, והוי דן את כל אדם לכף זכות.
נשלח ב-14/3/2010 21:23
אינדיפנדט
מחליט זיין אז איינער האט א דין רודף, דאס איז א תפקיד פון א רב און א בית דין, נישט יעדער יחיד קען מחליט זיין פאר זיך אז דער צווייטער האט א דין רודף
ב. רודף איז שייך אויף איינער וואס האלט יעצט אין איין טוען מעשים אשר לא יעשו, נישט אויף א מעשה וואס איז געטוען געווארען יארען צוריק
ג. דין רודף גלייב איך נישט גייט אהן אויף איינער וואס איז א געהעריגער גדול בדעת עצמו על פי תורה, א זעכצען יעריגער בחור, וואס אין אנדערע סטעיטס איז נישטא קיין שום ליגעל פראבלעם מיט דעם
(איך רעד בכלליות נישט וועגען די ספעציפישע מעישה דוקא)
נשלח ב-14/3/2010 20:50
ראפאגאש כתב:
עס איז א גרויס ווייטאג אז א יוד גייט נעבאך זיצען און תפיסה, עס איז א צער פאר די משפחה, א צער פאר גאנץ כלל ישראל, און וואס מען קען טאן אז דער יוד זאל נישט גיין זיצען און תפיסה, אפי' פארקויפן א ספר תורה, איז מען מחייב צו טאן ע''פ הלכה, אזוי עס ווערט געפסקענט און שו''ע,
איז מיר מיזן טאן וואס די הייליגע תורה פארלאנגט, מען מיז טאן אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל ח''ו נישט גיין און תפיסה, אפי' די הרגישים פארלאנגען אנדערש,
איך ליין דא די הילוך המחשבה און איך שטוין.
ווייסט אז אין די תוה"ק איז דא א דין רודף????? איך זאג נישט אז עס איז אמת די מעשה, אבער טאמער יא האט אזא איינער א דין רודף וועם עס איז א מצוה איינצוזעצן.