אדאנק א פרידאם אוו אינפארמעישאן פארלאנג, האט מען געטראפן אן עקזיסטירענדע סייט פלען אויף די הויז, עפראווד פאר א בית המדרש. אויף די באראטונג פונעם לויער האט מען אריינגעגעבן א פעטיציע צו די ווילידזש ZBA זאוונינג בארד אוו אפיעלס. די ווילידזש האט נאך נישט אזא בארד בכלל, טו אויב איינער זעט נעקסטע וואך אין די שונד בלאט (נישט קוקן ח"ו) א מזל טוב פאר עפעס אן אהרונישע יוקעל פאר א נייע אמט מייינט עס דאס. למעשה האט דער ווילידזש 30 טעג צו ענטפערן.
דעם קומענדיגען דינסטאג איז די דרייסיגסטע טאג. אזוי ווי די אהרונים ליידן נעבעך פון פארקיזאנס - זייער מח און די אברים ארבעטען נישט צוזאמען - איז נישט צו ערוואטן אז דער ווילידזש וועט פשוט זאגן אז "מען קען אריין גיין" ממילא וועט מען זען וואספארא תירוץ זיי וועלן אויפקומען דעם דינסטאג, און לכאורה וועט זיך עפענען א נייע לאקאלע קעיס אנטקעגן די ווילידזש. עס איז צום האפן אז בקרוב גיכן (נאך פאר די אהרונים באקומען ראדני, און נאך פאר א פעדעראלע קארט) וועט מען קענען עפענען דעם ביהמד"ר. בניסן נגאלו, ובניסן עתידין להגאל!
(איך האב נישט גערעדט מיטן לויער, כ'האב ניטאמאל גערעדט מיט ר' זלמן לייב וו"מ דערוועגן, כ'האב באקומען די אינפארמאציע פון א פארלעסליכער מענטש וואס האט גערעדט דערוועגן מיט ר' זלמן לייב)
איך גלייב נישט וואס איך זעה! רביצין'ס ביהמ"ד, זייט ווען אין די היסטאריע פון כלל ישראל האבן נשים אן אייגענע ביהמ"ד?
נשלח ב-25/7/2010 21:33
מען האט געהאט גערעדט אז עס גייט זיין א קארט ערגעץ יעצט אין חודש אב, ווייסט איינער ווי עס האלט? איך האב געהערט אז די ארוינים האבן אריינגעשיקט לעצנטס א נייע בקשה אין קארט אז מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קעיס ווייל מען האט שוין דן געווען אויף דעם.... און מען ווארט אז אונז זאלן יעצט ענטפערן דערויף, איינער קען עס קאנפורמען?
נשלח ב-19/3/2010 04:46
פלעקל, האסטו דען אנדערש געקלערט?
סידאל קלאר געשטאנען אויף די צעטלעך פון בית יואל אז "כעת" איז עס אפגעשפארט.
(אויב קענסטו זיך אביסל אויס אין לעגאלע אנגעלעגנהייטן, האבן די ארונים געהאט א 65 פראצענט טשענס צו געווינען די ראדני קעיס, קעגן א 5 פראצענט וואס עט'ס האט'ס אויף די קרעטשמע, סוי זייט אייך מחזק, און מאך זיכער אז ענקער עולם זאל האבן ווי מער און העכערע ערווארטונגען, אבער: מיר קומען שוין פון דארט...)
נשלח ב-19/3/2010 04:38
אזוי ווי כ'האב געשריבן, ס'קומט א קלאגע אין די לאקאלע קארט. מ'געט נישט אריין די פאפירן דורך אן עי טי עם מאשין, ס'נעמט "אביסעלע" צייט, אבער אזוי ווי כ'האב געשריבן, נאך פאר זיי גייען אריין אין ראדני, אין שנעלער ווי ס'וואלט געדוערט א פעדעראלע קלאגע. ביזדערווייל נערוינישע קינדערלעך קענט עטץ ענק שפילען....
גערעכט איך רעד נאר פין דעם וואס קריכט ארויס פין זיי פין צייט צי צייט אין דעס איז יעצט ארויס געקראכן
געדעקסט אפשר די נגון וואס די סבלנים האבן געזינגן דעמאלטץ וואס מהאט ליידער פארשפארט די הייליגע שיל זיי זענען געווען ביזי אז סאיז א טובה פאר די נשמה פין די רעבעצין דא האסטו זייער עכטער מיינונג זיי ווילן א נקמה אין איר נאר פאר איין סיבה ווייל זי האט שוין אין תשמ"ה געבעטן פינעם רבי'ן אז מזאל שטעלן אינזער רבי מהרז"ל אלטץ רב אין ק"י אין ליידער האט דער היץ קאפ אראפ געדרייט דעם קאפ פארן רבי'ן אז ער זאל זיין אין ער גייט זיין זייער גיט אין ערליך
נשלח ב-16/3/2010 20:46
ווער_איז כתב:
גערעכטער, איך גלייך נישט די שפראך.
דעס איז די שפראך וועןא ארוני רעדט אפען
פין דא זעט מען וואס ענק באדערט די הייליגע בית המדרש
מגלה טפח ומכסה טפחיים..
זיי באדערט דער רבי דער (אזויגערופענער) "בעל דברי יואל" זי"ע, ער שטייט זיי ווי א דארן אין אויג..
נשלח ב-16/3/2010 20:37
FiveBoro כתב:
גערעכטער, איך גלייך נישט די שפראך.
דעס איז די שפראך וועןא ארוני רעדט אפען
פין דא זעט מען וואס ענק באדערט די הייליגע בית המדרש
נשלח ב-16/3/2010 20:25
וועלעכע? אז די ביסט גערעכטער2, אה קיי, איז נישט,
נשלח ב-16/3/2010 20:17
גערעכטער, איך גלייך נישט די שפראך.
נשלח ב-16/3/2010 19:54
איך האב א גיוואלדיגע הנאה אז די ביסט מודה אז ביז ביאת משיח צדקינו גייט די קרעטשמע בלייבן אפ גישפארט, אין אויף אחר ביאת משיח צדקינו בב''א בין איך בכלל נישט באזארגט, ווייל דאן וועט דאך דער הייליגער בעל דברי יואל ווייטער זיין דארט מיט אינז, און ווער וועט עם שטיין צי די רעכטע האנט? זיינע דריי טעכטער מיט הרבנית רויזעלע בראש, און מיט זייער מאמע די ערשטע רעבעצין, אזוי אז הרבנית אלטא פייגע וועט זיך דארט נישט טרעפן דאס פלאץ, און אז רעבעצין אלטע פייגע וועט נישט דארט זיין וועלן דאך זלמן לייב וואלדמאן יאנקל טארעך אין מאיר דייטש זיכער נישט האבן קיין דריסת הרגל, אוי וויי חלה דעקל.......
נשלח ב-16/3/2010 19:03
גערעכטער1 כתב:
איך כאב יא גערעד צי דע לויער אין ער זאגט מיר אז ווען סעוועט זיין בניסן עתידין להגאל וועט די קרעטשמע ציריק געפענט ווערן ביתר שאת וביתר עוז, מען ווען ווייטער געבן באנדאש מיט גידינצטע צוויבל, אלע ערליי ברוינפןס, טשאלענט קיגעל מיט קישקע לרחצה, אבער קודם דארף מען ווארטן אויף ביאת המשיח, אין כשיבא אליהו וועט זיך דאס ציריק עפענען, כא... כא... כא...
איך האב הנאה צי זעען אז די ביסט מודה אז ווען משיח וועט קימען וועט מען עס צוריק ענפענן איך האב הנאה צי זעען אז משיח איז מיט אינז!!
נשלח ב-14/3/2010 22:46
גערעכטער1 כתב:
יא יא, נאך ווי כפירה, קימט זיך א כופר אין שרייט אז מען דארף ווארטן ביז חודש ניסן אז משיח זאל קומען, אין דאס איז כפירה ממש, מיר אלע ווייסן אז בכל יום אחכה לו שיבא
[/quote]
[quote]
כא כא כא, די גמרא זאגט בניסן עתידין להיגאל... איז על כן, גייט זיך אין ניסן ציריק עפענען די קרעטשמע, יא?