אויב יודי האט אים געהייסן דעמאלץ וואלט ער געדארפט זאגן פאר יעדן איינעם: יא, איך האב עס געטאן ווייל איך האב געוואלט א טובה טאן פאר יודי!
נשלח ב-18/3/2010 21:46
אויב די האסט טאקע נישט מיט ביידע
פארוואס גלייבסטו ענדערש יודי אפשר גלייבסטו יענקי אז יודי האט אים געהייסן?
נשלח ב-18/3/2010 19:57
קיין פעני נישט.
איך ארבעט נישט פאר יודי. איך האב פון דעם מענטש קיינמאל קיין טובה נישט געהאט און איך האב חברים וואס האבן געהאט סכסוכים מיט אים. איך האב אויך חברים וואס האבן געהאט סכסוכים מיט יאנקי סופר. איך האב זיי ביידן נישט ליב.
אבער איך האב אויך א שיינע פאר חברים וואס האלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט די באנק פאר א שארט סעיל אדער א לאון מאדיפיקעישאן, און איך וויל נישט אז זיי זאלן ליידן ווען איינער וועט קומען און אויסקויפן זייער מארטגעדזש פון די באנק אונטער זייער רוקן.
דא איז פארגעקומען א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטארי און אויב וועט מען עס נישט אויספייטן מיטן גאנצן חומר הדין וועלן אנדערע אידן זיך אפלערנען נאכצומאכן די שגץ שטיק.
נשלח ב-18/3/2010 19:21
יקרבו
וויפיל קריגסטו פון יודי באצאלט פאר דעם?
סתם נייגעריג
נשלח ב-18/3/2010 18:32
School District Letter to Kohel * id="doc_180806600192463" name="doc_180806600192463" height="500" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" >
<*
נשלח ב-18/3/2010 18:28
לעקסינגטאן, איך האב זיך געוואנדן צו די חברה אין אימעיל. די רשעים האבן מיר נישט געוואלט העלפן. זיי האבן מיך פשוט איגנארירט. קען זיין זיי האבן זיך געשפירט וויכטיג אז נאר זיי ווייסן עס, האב איך באשלאסן אויסצולופטערן מיין טענה אין פובליק (איך האב געטראכט צו מיר, זאלן שוין נאך אידן הנאה האבן.)
יעצט ב"ה האב איך באקומען דעם ענטפער פון אין בעיה. (זעסטו? פונקט צו אים האב איך נישט געשיקט קיין תיבה אישית) א גרויסן ישר כח טייערער ר' אין בעיה פאר'ן ארויסהעלפן אן אנדערן איד.
יעצט גרייטס ענק באמבארדירט צו ווערן מיט קליפס און פיילס. לאמיך מאכן מיין ערשטן טעסט.
תוקן על ידי יקרבו ב- 18/03/2010 18:33:04
נשלח ב-18/3/2010 16:11
ביים מגיב אינטען פין א אשכול דריקט דעם HTML קנעפל אינטען, אין פעיסט אריין די עמבעד קוד.
אדער ווען איר דריקט שלח תגובה דריקט אויף איינע פין די קנעפלעך
קודם כל עמך אנוכי בצרה און נאך פיל מער ווי סתם צרת רבים חצי נחמה ווייל די האסט נאר דעם פראבלעים אויף היידפארק - אבער מיר קענען דאס אינערגעץ נישט
אגב: כמיין סדארף ערגעץ שוין זיין אויסגעשמיעסט דעם גאנצן ענין פון עמבעדן מיט די גענויע אינסטרוקציעס און דעטאלן וויאזוי מטוט דאס איך האב זיך קיימאל נישט אריינגעלייגט דערינען - געב א נישטער אין איינע פון די היימיש באזיכטע פארומס דא אויפן פארק צו אין דעם פארום צו אין א צווייטע - למשל בחדרי צו אין איינע פון די פארשטויבטע פקודתו שמרה רוחי פארומס די אונטערגעגאנגענע מיט די פריש אויפגעקומענע
אדרבה אז די טרעפס עפעס דאן זייזש'ע ביטע מזכה דעם עולם דא
בעצם האב איך פאר דיר א פיל גרינגערע עייצע פרעג אין אישי איינע פון די ניקס וואס האבן שוין דאס געטון און טוען דאס כסדר אזוי וואסטו זיך געקענט פארשפארן ס'ארבעט פון דריי מאל א טאג ארויפצושלעפן דעם אשכול ביז אויבן
כל טוב
תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 18/03/2010 03:29:41
נשלח ב-18/3/2010 02:08
כאטש דאס, איינער זאל מיר זאגן אז ער ווייסט נישט.
ישר כח פייוו בארא פאר'ן זיך וויסנדיג מאכן.
למעשה ווייס איך נאך אלץ נישט וויאזוי מען טוט דאס, און ווילאנג איינער וועט מיר נישט ענטפערן וועט דער אשכול ארויפגיין אין די הייך דריי מאל א טאג, זאגטס נישט אז איך האב ענק נישט געווארנט.