|
|
| נשלח ב-18/3/2010 23:22 |
|
| |
יענקעלע11 איך פארשטיי דיין ווייטאג אז די מוסד שטיצט א חסידות וועם די האסט נישט ליב.
אויב האסטו באמת געשטיצט דעם מוסד און נאך דערצו "מיט א גאר שיינעם סכום געלט" מיינט דאס אז די האסט אנערקענט אז דאס איז א מוסד וועם עס איז וויכטיג צו שטיצן. דערמיט וואס די הערסט דאס אויף צו שטיצן קענסטו ח"ו מעורר זיין אויף דיר דינים פארן אויפהערן שטיצן א הייליגע מוסד פאר פאליטישע אינטערעסן!
דעריבער האב איך פאר דיר א געוואלדיגע עצה! די אליינס ביסט מודה אז די רבי וואס שטייט אין שפיץ פונם מוסד איז א הייליגער איד וואס האט נישט קיין פאליטישע אינטערעסן. לויט ווי איך ווייס נעמט דער רבי קוויטלעך... גיי אריין צום רבי'ן פערזענליך און גיב אים דיין נדבה... האסטו יוצא געווען אלע שיטות... די האסט ווייטער געשטיצט א הייליגע מוסד, אפגעזען פון ווי די געלט קומט יא אדער נישט אן האסטו דאס איבערגעגעבן פארן ריכטיגן שליח פון רבוש"ע... און די קענסט אויף שלאפן רוהיג...
נ.ב. מיינע ווערטער זענען נאר געשריבן געווארן אויפן חשבון אז די מיינסט דעם באשעפער...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 23:46 |
|
| |
נפל, לגמרי נישט אמת, אויב וואלטן זיי אדווערטייזט אין ביידע צייטונגען וואלט מיך בכלל נישט געארט טראץ דעם וואס ער שטיצט א חסידות וואס איך האב נישט ליב, סא דיין באהויפטונג איז פאלש,
איך האב געשטיצט דעם מוסד ווייל דער רבי וואס איז דער נשיא המוסדות איז א צדיק כולו להשם, און איך האב געהאלטן אז די מוסדות פירן זיך אויף א ערליכן שטייגער, אבער אז איך בין געוואויר געווארן אז ביי די גבאים איז דער וואוילזיין פונעם רבין און פון די מוסדות גארנישט אזוי וויכטיג, און זייער פאליטיק איז קודם להכל, וויל איך שוין דארט נישט אינוועסטן, למה הדבר דומה, וואלסטו אינוועסטעד אין א קאמפאני וואס בראש שטייט א מאלטיי מיליונער אבער ביסט געוואויר געווארן אז די מענדזשערס בארויבן דעם בעל הבית בלינדערהייט, יא, די קאמפאני פאר זיך האט א נאמען פון איינס פון די שטערקסטע קאמפאניס אבער אויב זעסטו ווי די ארבייטערס זענען באנדיטן און באגנבענען דעם בעל הבית וואלסטו געויס דארט נישט אינוועסטעד קיין פעני,
און לאטס אפ דעם באשעפער, זארגטס ענק נישט פאר כבוד שמים, אויב איז דאס דער רצון השם אז די מוסדות זאלן ווייטער מאכן געלט וועלן זיכער אפיר קומען עטליכע נדיבי לב פון יענעם לאגער און משלים זיין דעם הפסד וואס זיי האבן פון אונזער צד, דעם באשעפער דארף מען קיין עצות נישט געבן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 21:03 |
|
| |
יענקעלע נישט פון דעם אשכול בין איך געוואר געווארן דיין האסטיגע שנאה צו דעם מוסד, דעם רבי'ן און צו זיינע גבאים.
איך וועל צו דיר מודה זיין אז עס איז אומפארשטענדליך זייער נישט אריינלייגן קיין עדס אין דיין הייליגן צייטונג "דער בלאט", אבער לויט דיינע פריערדיגע שרייבערייען זע איך אז דו האסט מיט דעם רבי'ן קיין שייכות קיינמאל נישט געהאט און אויך נישט מיט זיינע מוסדות.
זייערע מוסדות איז אפן פאר יעדן און מען קען דאס גיין באזוכן סיי ווען. עס איז אן אומפארשעמטע חוצפה פון דיר און פון דיינע מיטגלויביגע צו בארעדן א הייליגן מוסד וואס האט שוין אויפגעטון געוואלדיגע זאכן און גייט ווייטער אן מיט זייער עבודת הקודש טראצדעם וואס דו און דיינס גלייכן האבן קיינמאל נישט געגעבן קיין דאלער דערפאר.
גוט האסטו געשריבן אז מען דארף דעם בורא קיין עצות נישט געבן ווי אזוי צוצושטעלן די פילע געלטער וואס קאסט אויפצוהאלטן אזעלכע מוסדות, אבער אויף דיין נשמה איז א רחמנות. זיי צו בארעדן איז א געוואלדיגע אחריות.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 21:36 |
|
| |
ענטפער איין זאך א מנהל פין א מוסד וואס שפילט פאליטיק מיט א מוסד קען מען פארטרויען?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2010 00:16 |
|
| |
ווען א מוסד אדווערטייזט, מיינט דאך דאס אז ער זוכט קונדן, ער זוכט צו מאכן א פי אר, אויב מיטן זעלבן עדווערטייזמענט איז מען מצער חסידי סאטמאר, מיינט דאך דאס אז דער מוסד האט אפגעמאכט אז זיי ברויכן נישט די געלט פון אט די חסידי סאטמאר, ווייל ווען יא וואלט ער דאך אדווערטייזט און דער בלאט אויך,
נו ווי איז די אחריות פון די מנהלי המוסד צו על לא דבר טשעפען א געוויסע חסידות, זיי האבן דיך אמאל געטשעפעט? זיי האבן דיך אמאל וויי געטאן?
לו יצויר ווען דער איד זאל ווען שרייבן די זעלבע געמיינע עדיטאריעלס וואס זיי שרייבן אויפן סאטמאר רבי, אויף דעם הייליגער רבי וואס מ'שמועסט דא, ווי למשל אז דער הייליגער רבי איז רח"ל א רשע, חוטיא ומחטיא, שוטה, און א מוסד זאל נאר עדווערטייזן אין דער איד נישט דער בלאט, וואלט דאך דאס זיכער געמיינט אז דער מוסד לא איכפת לי' דער כבוד פון דעם הייליגן רבי'ן מיט זיינע חסידים, ס'וואלט געווען א ויצעקו, נו מאי חזו דדמא דידך סימקא טפי, מה דעלך סאני לחברך לא תעבוד,
פארוואס דיך טאר מען נישט טשעפען, מיטאמאל א אשכול אויף היידפארק וואס מ'איז נישט פורש בשמו פון דעם רבין טאר מען נישט, אבער דער סאטמאר רבי מעג מען יא מחרף ומגדף זיין בבזיון נורא, און אדווערטייזט דוקא נאר אין יענעם צייטונג,
פארוואס איז דיין בלוט רויטער ווי מיינס????
נאר וואס דען?
הא לן והא להו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 03:34 |
|
| |
זה שאמר הכתוב תתן אמת ליעקב וגו' אשר נשבעת לאבותינו
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 21:50 |
|
| |
| אךשמח כתב: |  | יענקעלע נישט פון דעם אשכול בין איך געוואר געווארן דיין האסטיגע שנאה צו דעם מוסד, דעם רבי'ן און צו זיינע גבאים.
איך וועל צו דיר מודה זיין אז עס איז אומפארשטענדליך זייער נישט אריינלייגן קיין עדס אין דיין הייליגן צייטונג "דער בלאט", אבער לויט דיינע פריערדיגע שרייבערייען זע איך אז דו האסט מיט דעם רבי'ן קיין שייכות קיינמאל נישט געהאט און אויך נישט מיט זיינע מוסדות.
זייערע מוסדות איז אפן פאר יעדן און מען קען דאס גיין באזוכן סיי ווען. עס איז אן אומפארשעמטע חוצפה פון דיר און פון דיינע מיטגלויביגע צו בארעדן א הייליגן מוסד וואס האט שוין אויפגעטון געוואלדיגע זאכן און גייט ווייטער אן מיט זייער עבודת הקודש טראצדעם וואס דו און דיינס גלייכן האבן קיינמאל נישט געגעבן קיין דאלער דערפאר.
גוט האסטו געשריבן אז מען דארף דעם בורא קיין עצות נישט געבן ווי אזוי צוצושטעלן די פילע געלטער וואס קאסט אויפצוהאלטן אזעלכע מוסדות, אבער אויף דיין נשמה איז א רחמנות. זיי צו בארעדן איז א געוואלדיגע אחריות. |
|
מיינסט עס ערענסט? איך האב א שנאה צו דעם מוסד, צו דעם רבי'ן און צו זיינע גבאים?
הער מיך גיט צו, איינער וואס האט א שנאה לאזט זיך נישט קאסטן די סכומים וואס איך האב
געגעבן, איך בין א גרויסער חסיד פון דעם רבי'ן איך בין פערזענדליך נאנט מיט די גבאים,
און דער רבי שליט''א קען מיך אויפן נאמען, דו ביסט לכאורה ש מוציגער יונגאטש און ווילסט
אראפ פירן דעם אשכול אין א שמיץ קאמפיין אקעגן דעם מוסד אדער אקעגן איין צד, בו בזמן
וואס איך האב במכוון נישט געשריבן קיין נעמען כדי צו האלטן דעם אשכול מיט דרך ארץ,
קומסטו ארויס פון דיין מייזן לאך און פארשפרייסט דיין גיפט,
נאכאמאל, צום ענין, איך גיי ווייטער צום רבי שליט''א, זיין גדלות ווערט נישט פארמינערט מיט האבן
ארום זיך נארישע פאליטיקאנטן, וואס זענען מיט זייער אקט מבאיש ריח פון א גדול הדור, זייער
אויפירונג שטעלט אין צווייפל זייער טראסט, אז זייערע אייגענע נגיעות זענען קודם פונעם וואוילזיין
פון די מוסדות, איז קלאר אז זיי זענען נישט טראסטבאר,
אגב, דו שרייבסט אז "זייערע מוסדות איז אפן פאר יעדן און מען קען דאס גיין באזוכן סיי ווען"
קענסט מיר אפשר זאגן ווי זייער מוסדות זענען?, ביסטו שוין אמאל דארט געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 05:59 |
|
| |
יעקעלע איך האב געמיינט אז די זאגט אז די רבי נעמט אליין קער פון די געלט, אבער פאר די גבאים דארפסטו דיר נישט לאזען פירן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 19:06 |
|
| |
יעקעלע פון דיינע תגובות דא איז מיר קלאר אז די זיכסט צו באשמוצן די מוסד איך האב געהאט א טעות פריער ווען איך האב זיך פראבירט איינצורעדן פון דיר אז די מיינסט דעם רבוש"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 22:54 |
|
| |
נפל, דו הייסט אפשר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן? ער מיינט אמאל אז ס'איז מותר, אמאל אז ס'איז אסור, הער מיך צו נייפעלע, איך האב געדולד, קודם האסטו געמיינט אז איך מיין דעם רבש''ע, דערנאך מיינסטו אז איך וויל גאר באשמוצן דעם מוסד, סא, וועל איך ווארטן ביז דו וועסט נאכאמאל מיינען אז איך מיין יא דעם רבש''ע.
יעצט ערענסט גערעדט, איך האב נישט באשמוצט קיינעם, נישט דעם רבי'ן, נישט די מוסדות און נישט די גבאים, איך האב נאר באשמוצט די מעשה תעתועים וואס ברענגט שאדן פאר די הייליגע מוסדות און בזיונות פארן רבין, איך בין גאנץ זיכער אז דאס איז נישט דער רצון פונעם רבי'ן שליט''א, און איך האב נאר געשריבן וואס אסאך מענטשן טראכטן, און איך האף אז די עוולה וועט פאראכטן ווערן, און לויט מיין אינפארמאציע האבן די דברים היוצאים מן הלב עושה רושם געווען, ונזכה ונחי' ונראה. און ניין, איך בין נישט קיין אגענט פארן בלאט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 23:00 |
|
| |
ווען דער מוסד זאל ווען בלויז שפילן פאליטיק, און גייט שטיצן א צייטונג וואס די גלייכסט נישט, וואלט מען נאך זיך נאך געקענט ארומטענה'ען. אבער אויב איז די רעדע פון שטיצן א צייטונג וואס איר בלויזער ציל איז צו באשמיצן א רבן של ישראל, מיין איך אז דאס גייט שוין אריין אין הלכה'דיגער שאלה, ווען אין פאקט ניצט מען דיין געלט צו באשמיצן א ת"ח. אפגערעדט ווען מען רעדט פון דיין רבי'ן.
אויב האבן די הנהלת המוסד באשלאסן צו נעמען דעם וועג, מיינט דאס אז זיי זוכן נישט דיין שטיצע.
אגב, איך ווייס נישט פון וועלכן מוסד איז די רעדע.
|
|
|
|
|