טיילפון די נייעס אינעם היינטיגן "בחצרות סאטמאר" אימעיל:
דעם קומענדיגן זונטאג נאכמיטאג פ' צו, קומט אי"ה פאהר אין לעיקוואד א גרויסארטיגער
הכנסת ספר תורה צו בית מדרשינו אין לעיקוואד, וואס ווערט אריינגעגעבן דורך בני קהלתינו הק' אין לעיקוואד
לע"נ אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע, בהשתתפות פון בנו ומ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די כתיבת אותיות וועט אי"ה פארקומען אין שטוב פון הרבני ר' ישראל וועלץ הי"ו מראשי קהלתינו הק'
אין לעיקוואד, און דער תהלוכה בתופים ובמחולות לכבודו של תורה וועט אי"ה ארויסגיין פון שטוב
פון רב ודומ"ץ ד'קהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א.
נאך די ריקודין וועט אי"ה געפראוועט ווערן א לחיים אין א ספעציעלן שאטער אין חצר פון בית המדרש,
ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה געבן דברי ברכה.