| נשלח ב-19/3/2010 03:11 |
|
| |
גייט זיך ר' געציל זיך שטעלן מיטן קאפל צו דין תורה?
דער פרישער יונגערמאן האלט נישט ביים רופן פאליציי און ארעסטירן בחורים, אבער וואס טוט מען די מרבה ממזרים ווילן נישט אויפגעבן זייער קאמף קעגן אידישע קינדער און ווערן מער אגרעסיוו פון טאג צו טאג מיט פיזישע אטאקעס, ווילאנג ס'נאך געווען די פינקעש מיט די מישמערעס איז די איינציגסטע זאך געווען זיי צו וואונטשן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי עמם, אבער היצט זעענדיג אז די מישמערעס מיט די פינקעש איז געווארן די ליצנות פון די שטאט און ברענגט באלי רעזולטאטן, האבן זיי גענומען א פיזישן שטעקן, מיט נייע טעראר, וואס אין אזא פאל וואלט מען שוין איבערגעלאזט די ארבעט פארן מוראה של מלכות, אבער זיי ווילן קודם ווי ווייט מעגליך ס'אויסמיידן דורך א בי"ד,
אצינד בלייבט איבער צו זעהן אויב נאכדעם וואס ר' געציל שליט"א וועט באקומען א הזמנה לדין תורה פון דעם קאפל צו ער וועט זיך שטעלן צום בי"ד אדער וועט ער ענטפערן אז רבינו הקדוש האט שוין דעס געפסקענט ביי א עם הארץ ס'זיך געמאכט א קידושין אן קיין תורה'דיגן אויטאריטעט אז מ'ברויך איבערמאכן די קידושין, און פון דעם איז אויפגעדרינגען אז אפילו אויך א רב וואס איז מסדר דארף מען זיינס אויכעט איבערמאכן(ע"פ נסתר) און דער מהרי"א מיטן רמ"א מיטן מהר"ם שי"ק מיטן דברי חיים און אבני צדק האבן געשריבן זייערע תשובות פאר די עשרת השבטים,
אבער מ'קען נישט וויסן אפשר וועט ר' געציל שליט"א יא גרייט זיין צו ענטפערן די תובעים ביי א בי"ד, ווי נישט ווי איז ער א חשובער דיין א תלמוד חכם און וועט נישט זוכן זיך ארויסצודרייען פון א דין תורה ווען מ'רופט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 17:23 |
|
| |
וואס וויל מען אזוי פיל פון ר' געציל, ער איז נעבעך גענוג א רחמנות, ער שפירט זיך ווי א אומגעוואונטשענער געשטעל אין אזא קרייז ווי ער איז נעבעך שטעקן געבליבן.
צווישן אלע עלטערע סאטמארע דיינים פון די גאנצע וועלט, איז ער דער איינציגסטער וואס איז נעבעך געבליבן ביי די חברה, ער האט נישט געהאט קיין ברירות, בשעת אלע אנדערע האבן געהאט די ברירה צו קלויבן וואו זיי ווילן גיין אם לה' אדער לבעל, ווי פארשטענדליך האבן אלע חשובע דייני סאטמאר גאונים וצדיקים מיט ערנסטקייט געמאכט אליין די החלטה צו גיין אויף רעכטס, בשעת אין קרית יואל איז ליידער (דעמאלט נאך) נישט געווען קיין אנדערע געהעריגע אז הרב רבי געציל זאל קקענען טון וואס זיינע חברים אלע אנדערע דיינים האבן געטון.
ער איז פשוט אומשולדיג, ער האט זיך במשך די לעצטע 20 יאר שטילערהייט אפאר מאל אויסגעדרוקט אקעגן די שארפע אקציעס און מעשי אלימות, אבער ער איז ביי זיי ווי א ארעסטאנט וואס זעט נישט די וועג ארויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 16:38 |
|
| |
אז ער נעמט עס אן ערנסט פארוואס זאל איך נישט ציען די שמיעס
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 16:03 |
|
| |
ביטע סטאפן רעדן די שטותים ? לאז געמאכט לאמיר רעדן פין נייע זאכן סגייט שוין פין די נאז נאכאמאל אין נאכאמאל לאז שוין אפ ביטע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 16:00 |
|
| |
מצידתך איז עס טאקע נישט קיין שאלה, אבער ר' געציל האט אנדערש געענפערט פארן שליח
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 04:48 |
|
| |
א שאלה צו ער וועט זיך שטעלן?!
איך וואלט צוגעצאלט וויפיל די פארפאלק בעט נאר, אז זיי זאלן שיקן אזא הזמנה! מי יתן והי'!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 04:37 |
|
| |
ר' געציל וועט דעס ענטפערן ביים בי"ד פארוואס ער איז נישט אין א פאזיציע דאס אפצושטעלן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 03:45 |
|
| |
אויב דיין איינציגער פראבלעם איז בלויז די א"ג פיזישע אטאקעס, נישט דער פנקס, דעמאלטס ווי איז ר' געציל דער מחותן דא? חוץ אויב די האסט עדות אז ר' געציל האט געספרעיט די גאביטש קאנטעינערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 03:12 |
|
| |
וועלעכע קאפל גייט שיקן די הזמנה?
|
|
|
|
|