| נשלח ב-21/3/2010 04:24 |
|
| |
ממליחה גרעיפ דזשוס צו די רוסישע שיכורים
די זאליס האבן ארום געטאנצען אז זיי האבן שוין א נייע גרעיפ דזשוס וואס וועט זיין הייליג...
און די גאנצע וועלט שטייט און ווארט דער אויף מיט שפאנוג....
מען הרגט זיך עס צו באקומען...
אלעס איז שוין גרייט די באקסעס איז שוין געפאקט און...?
באמס...!
וואס איז געשעהן? ווי איז די גרעיפ דזשוס?
די ממליחה ואילך גרעיפ דזשוס איז אנגעקומען קיין רוסלאנד!!!
ווי מען וועט דאס פארטיילען נאך יו"ט פאר די רוסישע שיכורים!!!
די זאליס האבן טעראזירט קדם אז זיי מיזן נעמען א הכשר פון די זאלי ממליחה וועד, ענדליך האט קדם זיך געבראכען צו זייער טעראר און זיי געזאגט אז זיי קענען מאכן א אייגענער ראן פאר זייערע גרעיפ דזשוס, זיי האבן געשלאסן געשעפט און זיך אויסגענומען אז נאר די זאליס מעגן דארט זיין וועט מען מאכט עס, און נישט די משגיחים פון צעהלים'ער רב.
למעשה אזוי ווי די זאליס ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיי, זיי קענען א הכשר נישט געבן, ווייסן אפילו נישט וואס דאס מיינט, די גאנצע זאך איז נאר האקס פאקעס מען זאל קענען זינגען אז מען האט אייגענע גרעיפ דזשוס.
די זאליס האבן געהייסן אז מען זאל טוישן א געוויסע אינגערידיען, צו ווייזן אז זיי קענען, און זיי זענען הייליגער, מיט די טענה אז דאס וואס קדם ניצט איצט איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, די וואס זיי ווילן איז מהודר מן המהודר...
אזוי ווי עשו היכן מעשרין את המלח...
קדם האט זיי געפאלגט נישט נאך גייענדיג די נייע אינגערידיען, וכך הוה זיי האבן עס געמאכט, ווען אדמו"ר מצעהלים איז געוואויר געווארן דעם טויש וואס די זאליס האבן געטאן, האט ער געשיקט זיינע משגיחים עס נאך גיין, און עס האט זיך ארויס געשטעלט אז עס האט קטניות דערין!!!
מרן אדמו"ר מצעהלים שליט"א האט געפסקנט אז מען טאר נישט ניצן בשום אופן די גרעיפ דזשוס אויף פסח, און אפילו נאך פסח לאזט ער אויך נישט ניצן די גרעיפ דזשוס, ווייל ער האט נישט געהאט קיין משגיח דארט, די זאליס האבן אבער געטראפן תירוצים, אזוי ווי זיי האבן כסדר, ביי זיי איז כשרות בכלל נישט קיין פראבלעם, אבער מרן מצעהלים האט עס נישט מתיר געווען, זיי האבן אים אנגעהויבען צו טעראזירען אז ער זאל שטיין אין דער זייט, אבער ער האט זיך נישט געבראכען און געזאגט אז לאזט עס נישט ניצן בשו"א.
צוליב דעם וואס עס איז שוין געווען פארטיג אין די באקסעס, און מען קען שוין נישט טוישן די כשר לפסח לעבלעך, האט קדם עס אפגעשיקט קיין רוסלאנד צו די רוסישע אידן ווי עס וועט זיין צובאקומען דארט נאך פסח.
סא טאמער איינער דארף די ממליחה ואילך די זאלי שירה גרעיפ דזשוס אויף פסח, זאל ער קויפן א טיקעט און פארן אויף רוסלאנד און דארט וועט ער זיך קענען אנטרינקען מיט די ממליחה ואילך גרעיפ דזשוס.
די פאר נערישע יונגעלעך וואס פירן די זאלי ממליחה ואילך וועד הכשרות, זענען די לעצטע פאר וואכן שרעקליך ציווילדערוועט, נאדעם וואס זיי האבן געפענט זייער וועד הכשרות שוין 3 יאר צוריק, און קיינער וויל זייער שוואכע הכשר נישט נעמען, זיי לויפן נאך און טעראזירען יעדע קאמפאני צו נעמען זייער הכשר, דערווייל זענען זיי געבליבען נאר מיטן הכשר אויף מענגא פלאם אויף וואלאבאט פון דעם אראבער, וואס דער בעל הבית סטראשעט כסדר אז טאמער די אהרונים גייען נישט עפענען די קרעטשמע אין ק"י גייט ער אויפרייסען די אהרונים שול...
איצט שטעלט זיך די קשיא, טאמער איינער גייט אריין אין מתיבתא ברך משה, און טרינקט דארט א גלאז שירה גרעיפ דזשוס, לע"נ דזישגאן'נס שוויגער באבע, און זינגט זיך אונטער שור שנגח את הפרה, וואס איז די דין מיט אים...?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 07:24 |
|
| |

דער שארמאשער האט עס געקאסט אין ער האט נישט אויפגעהערט צו ברעכען פון די זאלץ דערפון...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 00:09 |
|
| |
Now we hear the Grape Juice was recalled because it had high sodium
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 01:07 |
|
| |
זאגט מיר א זאלי דעם יו"ט אז מען האט שוין געטראגען די זאלי גרעיפ דזשוס קיין רוסלאנד, ווייל פאר חרסידישע אידן איז עס נישט כשר.
טא פארוואס האט מען נישט געטראגען די מצומחת מצות אויך קיין רוסלאנד, וואלט מען זיך די בזיונות אייגעשפארט?
זאג איך אים, אויך אזוי קענט עטץ אהין שיקן די ממליחה פלייש וואס איז געזאלצען מיט ים זאלץ אויך קיין רוסלאנד, טא וואס וועלן די זאליס עסן?
ברעכט ער אויס מיט כעס: א. טייטל... י.....מ....ש.......... פוי.... פא..... טא..... אונז וועל מיר עסן אלעס מוצומחות... רוסישע גרעיפ דזשוס.... אלטע לעבער..... ממליחה פלייש.... אבי ער זאל פייגערן....
אזא פנים טראגען אלע זאליס, די גאנצע תורה וועלן זיי צוטרעטען, עובר זיין אפען ציווי ה', אבי ווייל זיי מיינען אז מיט דעם וועלן די אהרונים אונטער גיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2010 02:17 |
|
| |
מיט א שמייכעל - ווי די רוסישע רעגירונג גיט איבער איז די גאנצע איבערדרייעניש ערב יו"ט מיט די באמבעס געווען, דעמאלס איז אנגעקומען די מליחה גרעיפ דזשוס קיין רוסלאנד, און עס האט אויסגעבראכען ריאטען צווישען די רוסישע שיכורים, ווייל אלע שיכורים האבן זיך געריסען צו באקומען די מליחה גרעיפ דזשואס...
נישט אומזינסט איז געווען א 40 טויטע...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2010 23:04 |
|
| |
נישט לאכען, דאס שרייבן די זאלי'ס
ליידער צוליב די העצערייען וואס עטליכע פון די מחרחרי ריב הידועים האבן אויסגעטיילט צו די בעלי בתים און דיסטריביוטארס פון די וויין פירמע, איז געלונגען מיט זייער העץ קאמפייןכאטשיג צוריק צו האלטן די דיסטריביושאן פון די נייע מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס פון ווערן געהעריג פארשפרייט פאר דעם קומענדיגן פסח.
בלויז עטליכע הונדערט קעסטלעך איז ארויס צו אחינו בני ישראל המדקדקים בכשרות וואס קוקן אזוי ארויס דערויף, ביים רבינ'ס טיש פורים איז געווען צו טרינקן לרחצה דערפון, עטליכע סאטמארער מקואות האבן פארקויפט דערפון א מספר מצומצם, איך בין אויך פון די וואס האבן געהאט די זכיה צו באקומען א קעסטל פון די גאר מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס, אזוי וועל איך מיט די משפחה קענען געניסן דערפון פאר די ארבע כוסות און אויף יו"ט.
ס'איז א שאלה פון צייט ווען די מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס וועט ארויס קומען געהעריג ברוב פאר והדר, אידן מדקדקים בכשרות קוקן ארויס אויף די פולע ליין פון וויין און גרעיפ דזשוס בהשגחת וועד הכשרות דקהל יטב לב דסאטמאר, וואס וועט בע"ה זיין אויף די שעלווס ביז אפאר וואכן.
אפשר ווייסט איינער וועלכע מקוה יוד האט עס פארקויפט? אין די ווייסט אפשר ווער איז די מחרחרי ריב? צעהליםער רב שליט''א אדער די די עדה וועלכע געבן די הכשר אויף די גאולה גרעיפ זשוס..... אויב איז דא, פארוואס גיבט מען עס נישט ארויס? נישט ווייל ס'האט קטניות? ווי שרייבט ער ''ליידער''...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2010 19:55 |
|
| |
נפל וואס איז מיט דיר? די ווייסט נישט אז שושן פורים דארף מען גיין צום טיש, ער זאגט דאך נישט קיין תורה....
דארט האט מען עס אנאנסירט אין געוויזען, אין אויסגערופן אז ס'גייט זיין צו באקומען אויף פסח היי יאר
נאר ס'געשעהן עפעס א באבע מעשה, אין עפעס א שוויגער האט עס געשטערט....
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2010 18:48 |
|
| |
דאס וואס ליידיגייער אויף הייד פארק שרייבן איז נישט מעלה ומוריד!
בקיצור דא זאגסט דעם תירוץ פאר דיר אליינס, אז איך דארף דיך נישט ענטפערן...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2010 17:45 |
|
| |
איך האב געזען "אלעס" וואס שטייט אויבן!
די זאליס האבן "קיינמאל" נישט געשריבן אדער מודיע געווען אז די פראדוקציע איז ארויס מכח אל הפועל!
דאס וואס ליידיגייער אויף הייד פארק שרייבן איז נישט מעלה ומוריד! אין קיין איינער פון די בתי מדרשים פון סאטמאר איז נישט געווען אפילו "איין" צעטל דערוועגן און אין דער איד אויך נישט!
פראביר מיר נישט צו איבערצייגן אויף די ווארהייט פון א זאך מיט א ראי' אז אויף הייד פארק איז אזוי געשטאנן!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2010 03:47 |
|
| |
נפל עס איז דא אן אלט ווערטעל די עונש פון א ליגענער איז אז ער ווערט בלינד...
די זעלבע מיט דיר, איצט ביסטו בלינד געווארן. ליין אויבן וואס די זאליס האבן געשריבען אז אלעס די גרעיפ דזשוס איז פארטיג אין די באקסעס, און די פארלאנג איז גרויס, און מען זעהט שוין דעם עתיד...
די גריעפ דזשוס וועט מען ניצן אין רוסלאנד נאר נאך פסח, ווי איך האב געשריבען אויבן, דאס קענסטו אויך נישט ליינען.
מרן מצעהלים איז די פאקטישע בעל מכשיר אין קדם, און ער האט נישט געלאזט מכשיל זיין דעם ציבור מיט אזאנע גרעיפ דשואס וואס האט קטניות, כאטשיג די זאליס זענען שוין געקומען מיט א זאק תירוצים.
כדי די בזיונות זאל זיין קליין, איז געבליבען עס קען נישט דא בלייבן פאר נאך פסח, ווייל די בזיונות פאר די זאליס וועט גרויס זיין, איז געבליבען אז מען שיקט עס קיין רוסלאנד.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 20:34 |
|
| |
"למעשה איז די פראדוקציע נישט ארויס מכח אל הפועל!" עד כאן דברי רבינו נפל.
אין וואס זאגט אויף דעם דער פקדותו שמרה רוחי? עיין לעיל.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 19:18 |
|
| |
די מעשה שטימט נישט פונם יסוד.
איין טעות מאכט איר קליינע קאפלעך.
אויב די זאליס האבן טערעראזירט צעלימער רב... מיינט דאס אז זיי האבן די גרעיפ דשוס יא געוואלט ריקן, אויב ווילן זיי דאס ריקן האבן זיי קיין פראבלעם מיט צעהלימער רב! ר' אברהם לויפער אב"ד דאראג טייטל אויס הונדערטער (אויב נישט טויזענטער) קעסטלעך גריעפ דשוס, די זאליס פארקויפן ביי "סעד ועזר" טויזענטער קעסטלעך גרעיפ דזוס, זיי וואלטן געקענן דעם גאנצן סטאק ארויסריקן אין די צוויי פלעצער.
אויב האבן זיי דאס נישט געריקט דארט מיינט דאס אז למעשה איז די פראדוקציע נישט ארויס מכח אל הפועל! נישט נאך עפעס!
חוץ מזה אויב איז דאס אמת אז עס האט קטניות וועלט מען דאס נישט אפגעשיקט קיין רוסלאנד נאר אויסגעווארט ביז נאך פסח און דאן פארקויפט פארן פולן פרייז! נישט קדם און נישט די זאליס זענען גרייט צו שיקן גרעיפ דשוס קיין רוסלאנד ווען עס קען זיך פארקויפן אין ניו יארק!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 23:57 |
|
| |
כל דבר שהוא לש''ש סופו להתקיים ושאינו לש''ש וכו'
קודם שרייט מען חדש אסור מן התורה/מלעיג על הראשונים (אפי' ווען מ'נעמט עס פינעם זעלבן קאמפעני, מיעל מארט פין טעקסאס יוכיח) נאכדעם מאכט מען עס נאך
נאכדעם קומט די משנה וכל דבר שאינו לש''ש וכו'
ווייסט איינער וואס דער שטריק וועט טרינקען דעם פסח, ער האט דאך אסאך עפל סיידער אין באזוץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 19:48 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 19:47 |
|
| |
זיס צו ליינען וואס די זאליס האבן געשריבען איבער די נייע גרעיפ דזשוס און וואס פארא ריזיגע פארלאנג עס אזי דא דעראויף פון די גאנצע וועלט... אזש מען הרגט זיך פאר א באטעל גרעיפ דזשוס... סא טאמער מען וועט הערן אז אין רוסלאנד האט אויסגעבראכען ביטערע געשלעגען, וועט דאס זיין אז דער רוסישע הרג'נען זיך נאך די ממליחה זאלי גרעיפ דזשוס...דורכברוך: "שירה" גרעיפ דזשוס בהשגחת ביד"ץ קהל יטב לב דסאטמאר
מיט גרויס פרייד נעמט אויף די חרד'ישער ציבור די פאזיטיווע נייעס אז עס איז ענדליך געלונגען פאר די באוואוסטע "קדם" פירמע צו ערצייגן א נייע ליין פון גרעיפ דזשוס און וויין מיט די שטרענגע השגחה פון ועד הכשרות שע"י "ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר", שטארקע כוחות איז געווארן אריינגעלייגט אז די גרעיפ דזשוס זאל זיין סיי גאר שטרענג אין כשרות מיט אלע הידורים און שטארקע השגחה פון פאר'ן פרעסן ביז נאכ'ן ווערן פארזיגלט אין די באקסעס, און אויך אז די טעם און קוואליטעט זאל זיין אויפ'ן העכסטן און בעסטן סטאנדארט..
ספעציעל איז יעצט די ריכטיגע צייט דערפאר ווען כלל ישראל זוכט גוטע און מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס פאר דעם אנקומענדיגן חג הפסח..
די גרעיפ דזשוס ווערט פראדוצירט דורך "קדם" אין א ספעציעלע ליין אינערהאלב די גרויסע "קדם" וויין פירמע, און ווערט אויך דיסטריביוטעד דורך זיי, ווי מ'הערט שוין פון די ערשטע פאר טאג וואס עס איז הערשט ארויס געקומען, אז עס איז דא גאר א גרויסע פארלאנג דערויף, ווייל גאר אסאך אידן מדקדקים בכשרות אפילו נישט דוקא פון סאטמאר זענען מהדר צו נעמען וואס ס'איז נאר שייך אונטער די סאטמארע השגחה וואס איז באוואוסט צו זיין גאר שטרענג און פשרה'לאז מיט די העכסטע סטאנדארטן ווען ס'קומט צו כשרות און הידורים אין כשרות.
דעריבער האט "קדם" געעפנט די נייע ליין פון "שירה" גרעיפ דזשוס און וויין מיט די השגחה פון ביד"ץ, זעענדיג דעם גרויסן פארלאנג ביים חשוב'ן ציבור, זוכנדיג - ווי אייביג - צו צושטעלן פאר'ן עולם לויט די פארלאנג, זעענדיג אין דעם א גרויסן געלעגנהייט און עתיד..
יעדעס ווארט איז איבריג....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 13:21 |
|
| |
א חידוש פון א מעשה, די זאליבאנצעס האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין הצלחה, אויפן פאזעטיוון פראנט, ווען זיי האבן נאר פראבירט עפעס מחדש צו זיין, איס עס תיכף פארוואנדעלט געווארן פאר א שטיק לייצנות,
אנגעהויבן ביים מייסד זיין דעם ''קיטשי וואלי כולל בוקר'' און ראדני, וואס איז געווען ר' זלמעלע'ס גרעסטע פאטריאט, ווען ער האט געלאנדעט און וויליאמסבורג, נאכן אויפטוה פון אוועק נעמען די קאווע און ביהמ''ד פסח, בבחינת שפילן הייליג,
ווער געדענקט דען נישט די מעכטיגע אפיעל יעדן שבועות, ווען די זאליבאנצעס האבן געמאכט אזא מין באמבאסטישע קאמפיין, עס האט אדש אויסגעקיקט, וואו עפעס א מעכטיגע פדיון שביים אקציע,
ריזיקע שרייענדע פלאקאטן, באגלייט מיט בריוון און המלצות,מבכור פרעה עד בכור השפחה, וועט רעד נאך פון די אסטרנאמישע סכומים, וואס פרעגן אריינשטראמען,
לויט וואו די זאליבאנער פרעגן צו פארקויפן, קיטשי וואלי האט געגעבן א מיליאן דאללאר פארן כולל בוקר, הערש מיילך כהנא האט געגבן 2 מיליאן, דער טפסר קעסטנבוים א מיליאן, דער מנוח וויגדור, א ביליאן, איי איי איי גוטע זיכרונות,
היינט רעד נאך איינער דערפון? ווער וועמען? עס איז שוין לאנג היסטאריע,
דערנאך דער פורים ב''ד, וואס דער דעמאגאגישער פראפאגאנדע מיניסטער, פערלשטיין האט פראקאלאמירט, א חוה''מ פסח, וואו קיקט דאס היינט אויס,? יעדעס מאל עס ערשינט א בריוול פון די דאזיגער פורים ב''ד, ווערט פרייליך ביי כלל ישראל, מען האלט ביי די זייטען, פון די דאזיגע מיט די ריזען ביבער היטן, וואס מיינען נעבאך, אז זייער היתרים, אסורים, שמתות, חרמות, נזיפות, קללות, וכו' האט עפעס א ממשות,
אזוי ווייטער די גלאטע אייזלען שחיטה,
מאבעלס פורים,
ריפעלט פאטעטע שיפס, וואס דער שרף ר' זלמעלע האט דערמאטיש געאסערט צו עסן, ביי איינער פון זיינע ערשטע שקל שלום דרשות,
אזוי ווייטער און ווייטער, וואס זיי טיען נאר אויפן פאזיטעווען פראנט, ענדיגט זיך מיט לייצנות, און דורך פעלער,
פארוואס איז דאס אזוי?
זייער פשוט, די זאליס זענען נישט קיין פאזעטיווע מענטשען, זייער עקספערטיז, איז נעגעטיווקייט, רשעות, טעראר, רציחה, גניבה, אזוי זייער פורים רב, מיט זייער הויפט פירער בן פראדל, מיט דעם בעל הפרדס מר קעסטנבוים,
דאס ביסל פאזעטיווקייט וואס זיי פראבירן צו טאן, איז נאר פשוט צו ווייזען אז ר' זלמן טיט עפעס, ער זיצט נישט א גאנצען טאג אויפן נאגעט, מיט די פוס אויפן טיש, און לאכט צום ריזן בעכער,
נא, אז מיינט עס נישט אמת'דיג, האט עס אזא פנים, אזוי חז''ל זאגן קישטא קאי, שקרא לא קאי
גיבט א קיק די חבורות יסודי התורה וואו פול טויזענטער יודן זענען און איר איינגעשלאסען, אריזונע ווייץ, וואס ווערט געניצט און טויזענטער יודישע שטובער, שחיטה, עופות און גסות, חתונה תקנות, אד''ג, דאס איז איינגעפירט געווארן, דירוך א צדיק אמת, אן קיין פאליטשע חשבונות, נאר פשוט לעשות נחת ריח להבורא יתברך שמו דעריבער האט דאס א קיים,
דאס איז די סיבה פארוואס מען דארף אפליפערן די הייליגע לישכע גרעפ דשוס, צום רויטן פארבאנד,
 |
|
|
|
|
|