בית פורומים אידישע געדאנק

וועלעכע איז מער הידור מאשין מצות אדער אריזאנע ווייץ ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/3/2010 22:26 לינק ישיר 
וועלעכע איז מער הידור מאשין מצות אדער אריזאנע ווייץ ?

ווי באקאנט איז די מאשין מצות געאסרט געווארן דורך אסאך גדולי ישראל ובראשם דער הייליגער דברי חיים פאר די הויפט סיבה צוליב מ'האט עס נישט געזען ביי די עלטערן, אלע טענות פון די אוסרים זענען ע"פ רוב אפגעוואנדן געווארן ביי די מתירים, די הויפט טענה אז מ'האט דארט געטראפן חמץ איז הערשט געווען א פריאריטעט ביי די מתירים אז דעס איז טאקע די מעלה פון די מאשין וואס ביי מענטשן איז נישט מעגליך אזוי בודק צו זיין יעדעםס הענט משא"כ די מאשין ווייסט מען טאקע ווי צו זיכן און ס'איז נאר א הידור, די אוסרים האבן עס נישט גיהעריג אפגעוואנדן ס'איז געבליבן ביי דעם אז מ'גייט זיך נישט מתחכם זיין און מ'וועט ניצן די אלטמאדישע וועג פון באקן מצות,

מיר האבן אויך דערלעבט א התחדשות וואס רופט זיך אריזאנע מצות וואס פארקויפט זיך אלס בעסטן הידור וואס שייך, אבער אידן וואס זוכן נישט קיין התחכמות וועלן ווייטער ניצן ווייץ וואס וואקסט פון מי גשמים און נישט פון סווימינג פולס, אונזערע זיידעס האבן דעס געגעסן און מיר וועלן נישט משנה זיין לטוב או לרע,

און אמתן ברויך מען נישט אראפגיין זעהן דאס פעלד צו קענען זאגן א מיינונג אזוי ווי מ'האט אויך נישט יעדער געזען די מאשין ביים זאגן זייער מיינונג און ס'איז פשוט אויכט ס'דא צוויי זאכן ביי ווייץ וואס קען זיין חמץ גמור אבער ווערט בטל בשישים, 1 איז צמחות וואס איז חמץ גמור אבער געווענליך איז דא ס' קעגן און ווערט בטול, די 2טע זאך איז אויב א ווייץל ווערט נאס איז דאס חמץ גמור אבער ווערט אויך בטל ווערן בשישים, די חילוק פון דע צוויי, די צמחות איז ניכר במילא איז שייך צו זאגן אויף א פעלד אז דעס איז זויבער און הידור ווייל מ'זעט דאס מיט די אויגן, די 2טע זאך איז שוין נישט ניכר און ס'נישט מעגליך צו זאגן אויף א פעלד אז דאס איז זויבער און ווער יא איז א שקרן ווייל און שו"ע שטייט אז דאס איז נישט ניכר,

דעריבער אפילו מיר וועלן אראפפארן אויף אריזאנע ביים שניט וועלן מיר מיט דעם גאנישט קלוגער ווערן, מ'דארף זיך אויף די אריזאנע ווייץ פונקט אזוי זיך פארלאזן אויף דעם היתר פון בטל בס' אפי' מ'איז דארט ביים שניט, ס'אויסער דעם וואס דער מציאות איז אז דארט איז אויך נישט ריין פון צמחות ס'אפשר בעסער ווי לאנג איילענד אבער ס'ווייט נישט נקי מכל במילא איז נישט דא קיין שום הידור מער ווי ביי די לאנג איילענד אויב עפעס איז, די פעלד דארט איז מער קאמפליצירט ס'וואקסט גאר אנדערש סיי ווי לאנג איילענד סיי דעם פעלד ווי רבינו הק האט געשניטן אין אריזאנע וואס יענע געגנט וואקסט מיט מי גשמים און ס'זייער שווער עס צו נעמן אויף זיך צו מאכן אזא טשעינדש טאקע אין נישט קיין אנדערע יו''ט ווי פסח וואס איז די לעצטע צו מאכן שינוים לטוב או לרע כידוע די מעשה מיטן בעלזער רב וואס האט נישט געוואלט אויפטוישן די ירקות ביי כרפס אויף מהודרדיגע איגערקעס, וכהנה וכהנה, און ב"ה מ'זעט טאקע לא אלמן ישראל דער עולם האלט זיך צום דרך הישן, און מ'לאזט די מתחדשים זאלן זיך גיין זייער וועג, אזוי ווי ר' שלמה קלוגער האט געשריבן ביי די מאשין מצות, זאלן זיי זיך שטארק האלטן מיט זייערע הידורים און אונץ וועלמיר זיך שטארק האלטן מיט אונזערע עלטערן'ס הידורים,

מיר האפמיר נאך היי יאר צו עסן די כזתים מיט די קרבן פסח און ירושלים אינאיינעם מיט אונזערע עלטערן מיר וועלן קענען צוזאמען עסן אויף איין טיש די זעלבע אלטמאדישע מהודרדיגע מי גשמים מצות, אן קיין התחכמות לשנה הבאה בירושלים  



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2010 23:10 לינק ישיר 

קען איינער אויסרעכנען א נאמען פין א בעקערי וואס ניצט "נאר" די הייליגע אריזנא מצות ווייל לויט מיין אינפארמעשן איז נישט דא קיין איינס וואס ניצט נאר די הייליגע ווייץ אן פלאקן ליידער צי וואס א מצב מיר האבן זיך דערלעבט אז קיינער און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג פין דעם קדוש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וועלעכע איז מער הידור מאשין מצות אדער אריזאנע ווייץ ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext