ר' מרדכי פרידמאן ע"ה איז נפטר געווארען נאך א לענגערע מחלה, ער איז געווען אן אקטיווער מיטגליד אין חברה הצלה און ארויסגעהאלפען אסאך אידען בצר להם, זאל ער זיין א גוטער בעטער.
מיר בעטן צו לאזען דעם אשכול פאליטיק ריין צוליב כבוד הנפטר.
אויב ווילט איר שפילען פאליטיק דאן ביטע מאכט אן עקסטערען אשכול
א דאנק
נשלח ב-28/3/2010 06:21
ברוך דיין האמת א איד וואס האט עוסק געווען בהצלתן של ישראל קומט זיך די גרעסטע רעספעקט נישט קיין חילוק ווי ער גייט נטמן ווערן ווייל זיין ארט איז אין ליכטיגן גן עדן איך האב אים בכלל נישט געקאנט יהא זכרו ברוך
נשלח ב-28/3/2010 07:26
ברוך דיין אמת , ער האט ארויסגעהאלפען אסאך אידען . איך האב אים נישט געקענט . איך קען זיין זוהן העסקן החשוב ר' אברהם יעקב וואס איז היינט פין די גרעסטע עסקנים מיט גאר שטארקע קאנעקשענס וואס העלפט ארויס יודען פין איעדע סארט אין איעדע קרייז אין מאכט קיינמאל נישט קיין עסק דערפון .ער האט זיך גאר שטארק געמיטשעט. זאל ער זיין א גיטער מליץ יושר ,
נשלח ב-28/3/2010 07:35
האט ער געהאלפן די מחניבקה רבי?
נשלח ב-28/3/2010 07:54
נישט וואס איך ווייס. דער בעלזא מכנובקא רבי וואונט אין ארץ ישראל אין איז נישט געווען אין אמעריקע פאר יארען . אפשר איז דא עפעס א מחניבקה רבי וואס ער העלפט.. כ'ווייס נישט.
אבער איך ווייס פאר א פאקט פין אסאך יודען וואס ער האט געהאלפן . איך האב געהערט פין איינער וואס איז געשטאנען מיט דער שר העסקנים הרב ארי לייב גלאנץ ווען עס האט אויסגעבראכען דעם סקאנדאל .... אין ר' אברהם יעקב האט אים געאפפערט הילף אין האט געטוהן וואס עס איז געווען מעגליך ארויסצוהעלפן ,
נשלח ב-28/3/2010 08:16
וואס ביסטע מספיד ר' אברהם יעקב ער לעבט דאך נאך
איך פרעג צו ר מרכדי האט געהאלפן מחניבקה?
נשלח ב-28/3/2010 08:35
איך מיין אז מיין זאגען אז ער האט איבערגעלאזט א זוהן א עסקן אין א בעל חסד קומט ענדערש אריין ווי די מחלוקת צווישען די צוויי בעלזא רביס אין דער אשכול.
נשלח ב-28/3/2010 16:08
credit vin
נשלח ב-28/3/2010 16:09
Mr. Friedman most famous for maintaining the mincha minyan and
plenty of suitably kosher food at the Sloatsburg rest stop the New York
State Thruway.