בית פורומים אידישע געדאנק

דער ברך משה ז"ל און בנו בכורו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2010 21:54 לינק ישיר 
דער ברך משה ז"ל און בנו בכורו

עס דערנענטערט זיך שוין די יארצייט פונעם רבי ז"ל -בעל ברך משה, און ווי יעדעס יאר דערציילען זיך חסידים זיין לעבן און שאפן, זיין גדלות בתורה, מידת הענוה וכו' פון זיינע אלע יארן און ספעציעל הערט מען איבעראל שמועסן איבער זיינע פעולות אין זיינע לעצטע יארן ווען ער האט זיך אנגעהויבען צו זארגען פארן עתיד פון קהילת סאטמאר און ערענסט צו קלערן אין וועמענס הענט ער לאזט איבער דעם פקידון וואס ער האט גע'ירש'נט פונען פענער זצוק"ל 

ערליכע אידן קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן אויפן גרויסן פקחות פונעם רבי'ן - אין די בחינה פון חכם עדיף מנביא ווען ער האט איבערגעלאזט זיין עלטסטע זון- דער הדיוט וואס האט זיך אלס געשטופט בראש און געזוכט זיך ארויפצוזעצן אויפן ציבור און אלס פארלאנגט נאך און נאך (אפילו אויפן שוועל פון די מפלה האט ער נאך געוואלט זיך אריינבאקומען אין וויליאמסבורג, און וואס ס'וועט זיין מיט די ישבה האט ער נעכנישט קיין גענויע פלענער...), און האט אריינגעברענגט בנו החביב -היינט כ"ק אדמו"ר שליט"א אלס מנהיג העידה טראץ זיין באשיידענקייט און זיין אנטלויף פון כבוד- און אים איבערגעגעבן דעם מלוכה ממש ידו כידו
עס לאזט זיך נישט גלייבען אז ווען די רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג איז נישט געווען אפילו א קליינע עולם וואס זאל וויסן ווער איז ר' זלמן לייב. (איך קען א עלטערע איד וואס האט ביז א האלבע יאר געמיינט אז מען רעדט פון ר' זלמן לייב פילאפף...) צוליב זיין אויסערגעווענליכע צוריקעהאלטענקייט וואס כאטש ער איז געווען א זון פונעם סאטמארע רבי האט ער זיך נישט פארלאנגט קיין שום שררה און כבוד, און ממש ביז א קורצע צייט האט דער עולם באלד דערשמעקט זיין שטארקייט און זיין... יא! נעימת המידות, און עס האט גענומען בלויז געציילטע יארן פאר אים זיך צו בויען וואס האט גענומען פאר זיין עלטערן ברודער לאנגע יארן . און טאקע אן די טעראר און פאמפע וואס זיין ברודער האט גענוצט

ביי די לוי' פונעם רבי'ן ז"ל אינעם גרויסן ביהמ"ד -ראדני האט ר' אהרן אנגעהויבען זיין הספד מיט באנומענע קולות און מיט קראקעדיל טרערן געשריגען איבער דעם פארלוסט פונעם טאטן און רבין, ער איז אבער באלד אריבערגעגאנגען צו זיין באליבסטע נושא נעמליך: זעך, יא! ער האט אנגעהויבען צו שילדערן זיין נאנטקייט מיטן טאטען און ווי שטארק דער טאטע האט אים ליב געהאט און ווי ער האט יעדן טאג געווען מיטן טאטן אויפן טעלעפאן, ביי די פארזאמעלטע האט עס אויסגערופען שפאט און אפשיי, אז ביי זיין אזוי געליבטע פאטערס לוי' האט ער נישט קיין אנדערע דאגות ווי זיך מספיד צו זיין און טאקע מיט זיינע קאיאטישע קוויטשערייען
פארשטייט זיך אז אינעם נאכפאלגענדיגן בלאט איז געווען ריזענדע באשרייבינגען פונעם רבין ז"ל אבער אינעם גייסט פונעם פורערס הספד איז די עיקר געשרייבעכטס געווען באזירט איבער די אויסערגעווענליכע קרבות פונעם רבין צו ר' אהרנען און מיט גרויסע בילדער פון יעדעס איינציג מאל דער רבי האט געשאנקען א שמייכעלע פאר רא"ט
שטעלט זיך די פראגע איז דאס טאקע אזוי? די ענטפער איז בלא און טאקע מיט א גרויסן אלף, איך האב נישט קיין צייט יעצט מאריך צו זיין מער, אבער פון געשיכטעס וואס איך האב געהערט פון נאנטע שטוב מענטשען און קראנטע מקורות האב איך באקומען א אנדערע בילד וואס די בלאט שרייבער ווילן אפמאלען, לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס האט די ר' אהרן שטענדיג ארויפגעלייגט אויפן טאטן פאר זיינע אייגענע אינטערעסן און די רבי האט טאקע פיל געליטען איבער זיין זינדעלעס אויסברוכען און רייץ פאר נקמה און זיך אפרעכענען מיט אלטע און ניי-געמאכטע שונאים
נישט איינמאל האט ר' אהרן אפגעלאכט און אוועקגעמאכט זיין טאטן פארענט פון אנדערע אידן, און ביחידות איז ער נאך ווייטער געגאנגען און אפען אריינגעפארן פארן רבין ז"ל פאר זיינע פאליטישע צילן, אסאך אידן געדענקען פעלער ווי ר' אהרן איז נישט געקומען אפנעמעען זיין ברכה מיט אזא ערענסקייט, ווי מען הערט אויף די טעיפס, נאר ער האט פרעכערהייט מבזה געווען זיין גרויסן טאטן.
איך דארף מיר דא אפשטעלן איך וועל מיך נאך צירוקערן אי"ה צו דעם נושא מיט קראנטע געשיכטעס און אויפווייזען לעיני כל וואס ליגט אינטער די שמייכלדיגע בילדער



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2010 07:13 לינק ישיר 

יואלי808 כתב:
איך וועל נאך אי"ה ממשיך זיין מיט דעם הערכה נאך פאר די יארצייט, דערווייל געפעלט מיר די ארונישע רעאקציע, so far so good

איך וויל נאר אריינהאקן דא מיט א קורצע מעשה -בנוגע לענינו- וואס א עידות האט מיר דערציילט, איר דארפט מיר נישט גלייבן אויפן ווארט און איר קענט פרעגן אלע (באגלייבטע) אנוועזענדע ביי די געשעעניש, און זיי וועלן עס באשטעטגן

ומעשה שהיה כך היה:

ביי די ערטע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה ז"ל האט איטנטערגענומען צו די שטאט סאנז -זינט די גרויזאמע צווייטע וועלט קריג- איז ער געווען זייער איבערגענומען און מיט טרערן אין די אויגן האט ער פוקד געווען אויף די ציונים פון זיין גרויסן זיידע - דער דברי חיים זצ"ל
אויף איינע פון די וועגן -פון איין שטעטל צום צווייטן- האט די רבי ארויסגענומען א מאפע און האט אנגעהויבען צו צייגן פאר די ארומיגע אויפן באס פארשידענע זאכן בנוגע אירופה, וועגן פארשידענע שטעט און גרעניצן אא"וו די עולם האט אויסגעהערט מיט שפאנונג און די רינג ארום דעם רבין האט געוואקסען מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט, ביז דער גאנצע באס איז שוין געשטאנען, קעפ אויף קעפ און אויסגעהערט די ווערטער פונעם רבין

דאן האט די רבי אנגעהויבען צו ווייזן פארן ציבור מיט טרערן און די אויגן פארשידענע ערטער אין די שטאט 'סיגוט' ווי סאיז געווען די הויז פונעם טאטן אין נאך פארשידענס, ווען פליצלינג: עההההההההההההההעההה!!!

די בן החביב האט ווייזט אויס זיך מער נישט געקענט האלטען און די גלייזן און איז געווען הינגעריג פאר אויפמערקזאמקייט און האט אויסגעשריגען בקול רם פיהל מיט סבלנות: עהההההעעההההההההעעההההה!!!
 און מיט א מאך מיט די הענט האט ער אנגעהויבן מיט זיין קעקעצדע שטומע אפצופרעגן זיין אזוי געליבטע טאטן ווען די גאנצע באס אריינגערעכנט זיין טאטע שטוינט אויף זיין גרויסע חוצפה, ממש בפני כל עם ועידה מאכט ער אוועק זיין אפ זיין טאטן און נאך וויאזוי? מיט אזא מאס חוצפה און גאוה, נישטאמאל האט פראבירט זיך צו הערן פאלש ווי עשיו נאר טאקע מיט זיין באקאנטע פרעכהייט און גרויסהאלטערישקייט
דער רבי ז"ל איז באלד שטיל געווארן און מער נישט פרובירט צו פארציילן קיין עובדות, און די עולם איז זיך צוגאנגען מיט שוידער און ווייטאג און... די בן החביב רעדט נאך ביזן היינטיגן טאג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 19:15 לינק ישיר 

אינטרעסאנט ביי די ערשטע נסיעה איז ר' אהרן געווען א דרייצן יעריגער בחור'ל שוין דאן האט ער גערעדט בקול רם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 18:53 לינק ישיר 

יא אמת, אויך האט דער נועם המידות דעמאלטס דערלאנגט א פראסק פאר זיין טאטן בשעת וואס ער אליין האט געכאפט באקסעס פון זיין ברודער (די יעענקי פען בלע"ז).

אין קורצן: מאל נישט קיין וואסער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2010 05:44 לינק ישיר 

איך וועל נאך אי"ה ממשיך זיין מיט דעם הערכה נאך פאר די יארצייט, דערווייל געפעלט מיר די ארונישע רעאקציע, so far so good


איך וויל נאר אריינהאקן דא מיט א קורצע מעשה -בנוגע לענינו- וואס א עידות האט מיר דערציילט, איר דארפט מיר נישט גלייבן אויפן ווארט און איר קענט פרעגן אלע (באגלייבטע) אנוועזענדע ביי די געשעעניש, און זיי וועלן עס באשטעטגן

ומעשה שהיה כך היה:

ביי די ערטע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה ז"ל האט איטנטערגענומען צו די ארצות אירפה -נאך די גרויזאמע צווייטע וועלט קריג- איז ער געווען זייער איבערגענומען און מיט טרערן אין די אויגן האט ער פוקד געווען אויף קברי אבות

אויף איינע פון די וועגן -פון איין שטעטל צום צווייטן- האט די רבי ארויסגענומען א מאפע און האט אנגעהויבען צו צייגן פאר די ארומיגע אויפן באס פארשידענע זאכן בנוגע אירופה, וועגן פארשידענע שטעט און גרעניצן אא"וו די עולם האט אויסגעהערט מיט שפאנונג און די רינג ארום דעם רבין האט געוואקסען מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט, ביז דער גאנצע באס איז שוין געשטאנען, קעפ אויף קעפ און אויסגעהערט די ווערטער פונעם רבין

דאן האט די רבי אנגעהויבען צו ווייזן פארן ציבור מיט טרערן און די אויגן פארשידענע ערטער אין די שטאט 'סיגוט' ווי סאיז געווען די הויז פונעם טאטן אין נאך פארשידענס, ווען פליצלינג: עההההההההההההההעההה!!!

די בן החביב האט ווייזט אויס זיך מער נישט געקענט האלטען און די גלייזן און איז געווען הינגעריג פאר אויפמערקזאמקייט און האט אויסגעשריגען בקול רם פיהל מיט סבלנות: עהההההעעההההההההעעההההה!!!
 און מיט א מאך מיט די הענט האט ער אנגעהויבן מיט זיין קעקעצדע שטומע אפצופרעגן זיין אזוי געליבטע טאטן ווען די גאנצע באס אריינגערעכנט זיין טאטע שטוינט אויף זיין גרויסע חוצפה, ממש בפני כל עם ועידה מאכט ער אוועק זיין אפ זיין טאטן און נאך וויאזוי? מיט אזא מאס חוצפה און גאוה, נישטאמאל האט פראבירט זיך צו הערן פאלש ווי עשיו נאר טאקע מיט זיין באקאנטע פרעכהייט און גרויסהאלטערישקייט
דער רבי ז"ל איז באלד שטיל געווארן און מער נישט פרובירט צו פארציילן קיין עובדות, און די עולם איז זיך צוגאנגען מיט שוידער און ווייטאג און... די בן החביב רעדט נאך ביזן היינטיגן טאג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2010 02:00 לינק ישיר 

טיפש בן טיפש!! אזעלכע שטוסים קענסטו שרייבן פאר אינגעלייטליך וועלכע זענען געבוירן אין די ס' יארן.

מיר זענען פיהל עלטער פון דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2010 03:59 לינק ישיר 

א פלא, אזא אונטערסאנטע נושא, און מ'האט עס נאך קיינמאל נישט אויסגעשמועסט אויף היידפארק. וואס האט געדארט אזוי לאנג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2010 23:46 לינק ישיר 

גלייב מיר אז איך האב באמת ניטאמאל געהאט די נערוו צו לייענען דאס אומגעראטנ'ס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2010 23:08 לינק ישיר 

יוא(ל)יש'ל, ביטע שרייב וואס קערצערווייל ס'איז נישטא קיין צייט פאר אזעלכע לאנגווייליגע ארטיקלען איצט פאר פסח.

(אחוץ אויב דו ביזט א בחור...)


תוקן על ידי הערטס_צו ב- 28/03/2010 23:11:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2010 22:18 לינק ישיר 

ווער געדעקט נאך די קשיא פין מר' פארמעגליך פארוואס גייט נישט דער הייליגער אקס צי זיין מאמע לרפו"ש פארוואס קיקט ער זיך נישט אים ער האט דאך אזוי ליב געהאט זיין טאטע אין מאמע ער דארף נישט אזוי וויינען ווי ביי די לויה פינעם רבי'ן ער קען פלען גיין גריסען זיין מאמע אין אנווינטשן א רפו"ש וי איז זיין ליבשאפט צי זיינע עלטערן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער ברך משה ז"ל און בנו בכורו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext