| נשלח ב-28/3/2010 22:12 |
|
| |
געפערליכע זילזול אין כבוד רבינו בעל ברך משה ז"ל !!!
די כת ארונים קענען נאך אלטץ נישט מוחל זיין פאר'ן רבי'ן די ברך משה אז ער האט געטראכט אנדערשט ווי זיי יעצט זענען זיי ארויס מיט א פרישע א טאקע אקעגן דעם רבי'ן אין זייער בירור וועגן די ענין מרא דאתרה אין ק"י זיי האבן ארויס געגבען א ביכל דראך בלאט שרייבערס מיט הייד פארק שרייבערס מיט די פען נאמען רבני הכולל ווי זיי שרייבן אראפ ארויפן פאפיר נישט מער אין נישט ווייניגער" אז סאיז געווען ביי רבינו בעל ברך משה א בחינה פין קפץ עליו זקנה" רח"ל אזוי צי שרייבן אויף א רבי לאמיר זעען ווי נאך אין די וועלט וועט אזאנס פאסירן אז מענטשן וואס ריפן זיך נאך חסידים זאלן אזוי שרייבן אויף א אייגענע רבי ז"ל סאיז נישט צים גלייבן ווי זיי זענען אנגעקימען נאר לאמיר האפן לא אלמן ישראל מוועט זיך אנעמען פאר'ן כבוד פין איזער רבי ז"ל וואס זיי פארבירן אזוי מבזה צי זיין ווי קיינער האט זיך נאך נישט געטרויט אזוי צי שרייבן אויפ'ן רבי'ן אזאליכע שרעקליכע ווערטער!!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 07:54 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | THE REBBE ZCHISO YUGON ULEINI WAS NOT AGAINST REB GETZEL UP TO THE 80 YEARS
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/04/2010 06:39:26 |
|
the rabbi zchiso yugon uleily was not against the savlons brother too thats why rabbiny shlita always said the yearly shabbos hagudol and shabbos shivo drusha even
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 07:19 |
|
| |
ווי עס שיינט האט איר נישט תופס געווען מיין נקודה, איך וועל פרובירן נאך איינמאל,
נאכאמאל, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן זיין הוראה פאר די צוויי אידן וואס זענען בחזקת כשרות, איז דער קאנצעפט פון א ירושה קאנפליקט אין סאטמאר געווען א גאר ווייטער חלום, ממילא איז זעלבסט פארשטענדליך און דער שכל אנישי זאגט אז א מענטש גייט זיך נישט אומגיין בכל חומר אויף א זאך וואס איז א גאר ווייטער שאנס, פונקט ווי א מענטש קויפט נאר א לייף אינשורענס פאלעסי, פון בלויז א מיליאן דאלאר, טראץ וואס ער ווייסט אז די יורשים קענען ווען באקומען 10 מיליאן אויב ער קויפט א טייערער פאליסי, נאר אויף א חשש רחוק טוט מען בלויז דאס מינדעסטע און מ'האט בטחון אז מ'וועט לעבן לאורך ימים,
ממילא אפי' דאס ביסל וואס דער ברך משה האט יא געטאן מיטן איבערגעבן די צוואה פאר די 2 יהודים כשרים ונאמנים, איז שוין אויך זייער אסאך,
דאס וואס די קומסט מיט דיינע שטרות סברות איז אין מציאות ממילא נישט מעלה ומוריד, ווייל ליידער איז דער סיכסוך סיי ווי נישט אנגעקומען צו קיין די"ת, און ע"פ דרך הטבע וועט עס ליידער קיינמאל נישט אנקומען אהין, יעדער צד טוט זיך סיי ווי וואס ער וויל, יעדער שרייט אז הדין עמו,
און איך האלט אז דער ברך משה ברוב חכמתו האט ליידער דאס גוט דערשמעקט, ממילא מער ווי וואס ער האט יא געטאן, וואלט סיי ווי גארנישט געהאלפן,
איך זאג ענק, ווי מער איך טראכט אריין און דעם קליגן שריט פונעם ברך משה קען איך מיך נישט אפווינדערן פון זיין ווייטן בליג און טיפער חכמה.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 06:39 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | איך וויל נאר רעאיגרן אויף די איינע נקודה אז ס'וויכטיג צו וויסן דער כראנאליגיע ווען דער צוואה איז געווען, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן די צוואה פאר די צווויי עדים נאמנים, ער האט גארנישט איבערגעגעבן פאר "צוויי עדים", נאר צוויי מענטשן זאגן, יעדער עקסטער אלס "עד אחד", אז דער ברך משה האט זיי געזאגט געוויסע זאכן, דאס הייסט נישט "צוויי עדים", עס האט נישט קיין נאמנות.
איז נאך געווען פילע יארן פאר די מחלוקה, און קיין שום ברי' בעולם האט דעמאלטס נישט געהאט קיין חלום אז ס'פעלט זיך אויס צו זאגן זיין רצון, און דאס גאנצער וואס דער ברך משה האט געטאן איז געווען א באווארענונג אויף אזאך וואס בימים ההם איז געווען א חשש רחוק מאוד, אויב האט ער געוואלט באווארענען אלס חשש רחוק, וואלט ער געווען גענוג קלוג עס צו מאכן אויסגעהאלטן על פי הלכה, נישט אויף א פאצערישן אופן. דער ברך משה איז געווען א דיני ממונות דיין, און ער וואלט געדארפט אפשרייבן א "שטר" אדער לכל הפחות אריינרופן צוויי עדים און פאר זיי איבערגעבן זיין מיינונג, דער ברך משה האט געקענט הלכות שטרות, און הלכות צוואה, ער איז געזעסן ביי גענוג דין תורה'ס, און אויב וואלט געוואלט "באווארענען" וואלט ער דאס געמאכט געהעריג על פי הלכה.
איך בין ממש געפלעפט פון די ווייטע און טיפער חכמה פונעם ברך משה, אז אין א זמן וואס דער גרעסטער פאליטקאנט האט נישט געגלייבט אז ס'קען נאך קומען א מחלוקה, האט ער שוין דאס געזען פאר א מעגליכקייט און ער האט געטאן ברוב חכמתו "כאטש עפעס" זיך צו באווארענען און פאל ווען עס פאסירט וואס עס האט פאסירט, ווי געזאגט, א חושן משפט דיין זאל מאכן א צוואה אזוי בטלנ'יש אז זייער "ווייט" פון "חכמה"...
אין מיט דעם צוואה האט ער כדת וכדין למפרע אנולירט אלע שפעטערע הוק-אפס אין מכתבים
עס עקזיסטירט נישט דער דיין, וואס זאל פסק'ענען אז דברים שבעל פה וואס איינער האט געזאגט פאר צוויי מענטשן באזונדער זאל קענען אנולירן שפעטערדיגע שטרות וואס זענען געמאכט כדת וכדין מיט א קנין, און אונטערגעשריבן מיט צוויי עדות.
עס איז גוט אויף צו אנווארעמען דעם ציבור, עס איז גוט פאר ארטיקלעך אין בלאט, אדער פאר חסיד'ישע מעשה ביכלעך, אבער מיט "כדת וכדין" האט עס קיין שייכות נישט!
מיט שרייבן אז דער ברך משה האט זיך אזוי נאריש "באווארענט" פרעגסטו זיך אליין אפ, א קלוגער איד מיט לאנגע יארן עקספיריענס אלס דיין אין חושן משפט מאכט נישט זאכן אזוי בטל'ניש...
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 06:17 |
|
| |
| אגוטןטאג כתב: |  | ווי געזאגט איז דאס נישט קיין "צוויי עדים" אויף איין זאך, נאר צוויי עקסטערע "עד אחד'ס" וואס האבן נישט קיין תוקף להלכה, און עס גלייבט זיך נישט אז דער ברך משה וואס איז געווען באקאנט אלס איש חכם, און דערצו א דיני ממונות דיין בשנים כתיקונם, און געוויסט וואס עס מיינט סכסוכים, קען דאך נישט זיין אז ער האט איבערגעלאזט זיין מיינונג בהנהגה אויף אזעלכע פאצערישע עד אחד'ס, געזאגט אויף אזא קוריאזן אופן, אן קיין תוקף להלכה. |
|
איך וויל נאר רעאיגרן אויף די איינע נקודה אז ס'וויכטיג צו וויסן דער כראנאליגיע ווען דער צוואה איז געווען, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן די צוואה פאר די צווויי עדים נאמנים, איז נאך געווען פילע יארן פאר די מחלוקה, און קיין שום ברי' בעולם האט דעמאלטס נישט געהאט קיין חלום אז ס'פעלט זיך אויס צו זאגן זיין רצון, און דאס גאנצער וואס דער ברך משה האט געטאן איז געווען א באווארענונג אויף אזאך וואס בימים ההם איז געווען א חשש רחוק מאוד, איך בין ממש געפלעפט פון די ווייטע און טיפער חכמה פונעם ברך משה, אז אין א זמן וואס דער גרעסטער פאליטקאנט האט נישט געגלייבט אז ס'קען נאך קומען א מחלוקה, האט ער שוין דאס געזען פאר א מעגליכקייט און ער האט געטאן ברוב חכמתו כאטש עפעס זיך צו באווארענען און פאל ווען עס פאסירט וואס עס האט פאסירט, אין מיט דעם צוואה האט ער כדת וכדין למפרע אנולירט אלע שפעטערע הוק-אפס אין מכתבים
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 05:53 |
|
| |
| חיים_מענדל כתב: |  | | דאס איז ענקער גרויסער לצנות, און ענק ווייסן עס זייער גוט
מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן וואס רוב סאטמארע דיינים פסקענען איבער די תוקף פינעם בריוו להלכה
אין יאר 2010 האט די ווארט "סאטמארע" דיינים 3 טייטשן, "סאטמאר ארונים", "סאטמאר זלמונים", "סאטמאר בני יואלים", דער צד השוה פון וואס די רופסט סאטמארע דיינים אז זיי זענען אדער "סאטמאר זלמונים" וואס זענען נוגעים בדבר אדער "סאטמאר בני יואלים" וואס זענען נישט נוגעים בדבר נאר דער בעל דבר אליין, און כל כולו "סאטמאר ארונים" דיינים זענען מיט ר' געציל'ן, יעצט וואס איז די מציאה מיט דיינע דיינים?
יא אויב וויל מען מדייק זיין מיט די האט קאפס און די ווערעם און די מעדיקעל רעקארדס קען איך דיר די זעלבע ברענגן 10 ראיות אז סאדאם כוסעין לעבט נאך און אז בוש מיט טשעיני האבן אראפגעברענגט די טווין טאוערס און אז די גאנצע האלאקאוסט איז א דמיון, און איך האב אויף דעם אלעם קלארע באווייזן וואס דו קענסט נישט לייקענען!
און אויב איך וויל מדייק זיין און די שאול פערלשטיין מאחורי הפרגד קאסעטע ווי ער קאנפערמירט פארן ברך משה אז די בני יואל זענען די שקצים, וואס נעמט מען ארויס פון דעם, איז דאס אפשר אויך א דמיון? דער קאסעטע האט ענק אראפגעצויגן אייערע מכנסיים, וואס ענק וועלן זיך קיינמאל היילן
|
|
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 09/04/2010 05:54:04
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 09/04/2010 05:55:26
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 05:25 |
|
| |
מיינסט ארויסצוברענגן אז מיר צוקראצן זיך פון די קונטרס ווי דער קלויזענבורגער האט זיך צוקראצט פונעם רבין'ס של'ש תורות...
אויך א פוינט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 05:02 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | | געהאט א טשענס צו אריינבליקן אין די פאמפלעטן, סך הכל אין איין ווארט, די גאנצע זאך "א הילכיגער מיואש'דיגער געוויין"..... |
|
בערך דאס האט האדמו"ר מקלויזנוברג זצ"ל געזאגט אויף די נשא תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 04:20 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | | דאס איז ענקער גרויסער לצנות, און ענק ווייסן עס זייער גוט |
|
מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן וואס רוב סאטמארע דיינים פסקענען איבער די תוקף פינעם בריוו להלכה
יא אויב וויל מען מדייק זיין מיט די האט קאפס און די ווערעם און די מעדיקעל רעקארדס קען איך דיר די זעלבע ברענגן 10 ראיות אז סאדאם כוסעין לעבט נאך און אז בוש מיט טשעיני האבן אראפגעברענגט די טווין טאוערס און אז די גאנצע האלאקאוסט איז א דמיון, און איך האב אויף דעם אלעם קלארע באווייזן וואס דו קענסט נישט לייקענען!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 01:15 |
|
| |
געהאט א טשענס צו אריינבליקן אין די פאמפלעטן, סך הכל אין איין ווארט, די גאנצע זאך "א הילכיגער מיואש'דיגער געוויין".....
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 15:45 |
|
| |
| ווער_איז כתב: |  | האט דער רבן של אלע יודן געזאגט א מיינונג וועגן די האט קאפס אדער די ווערעם אין די וואסער?
איך מיין אז נישט ממילא קימט אויס אז ער וועפ שוין נישט אזוי?
דעס איז דאך די שטערקסטע באווייז אויף דעם רבי'ן ז"ל אז ער אין שוואך געווען די לעצטע יארן |
|

|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 10:45 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | די ארונים זאגן נישט אז ווייל ער איז געווען העכער 80 יאר דארף מען איהם נישט פאלגן,
זיי האבן טאקע נישט באמת א פראבלעם מיט 80 יאר, זיי האבן א פראבלעם אז ער זאגט זאכן וואס עס שמעקט נישט פאר זייער רא"ט. ממילא די רגע וואס ער האט אויפגענומען זיין זון ר' זלמן לייב פאר מרא דאתרא אין וויליאמסבורג באותו היום האט ער זיך געעלטערט און איז געווארן 80 יאר, און פון דארט און ווייטער טאר ער מער נישט זאגן קיין מיינונגען.
א איז דא נאך 4 יסודות'יגע אנדערע פאקטורן וואס געבן צו צים טענה אז די אלע הוק-אפ הוראות האט נישט קיין תוקף להלכה הוק-אפ הוראות ווייס איך נישט דעם תוקף להלכה, אבער שטרות וואס א מענטש שרייבט האבן א תוקף להלכה! 1. דער פאקט אז ער איז נישט געווען בדעתו ובתקפו כבתחלה, דאס איז א פאקט, קיינער קען עס נישט פארלייקענען,
ער מוז נישט האבן געווען בתקפו כבתחילה, עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וואס עס הייסט בדעה צלולה עס זאל האבן א תוקף להלכה, און די רבנים וואס בפניהם האט ער אונטערגעשריבן האבן דאס מברר געווען ממילא זענען די שטרות בתוקף להלכה.
2. די אלע נייע הוראות זענען געקומען מיט קריאזע אופנים שלא כדרך העולם ולא כשכל אנישי, אדער מיט א הוק-אפ אדער א בריוו,ווען ער האט גערעט צו די באטראפענע מענטשן פנים אל פנים האט ער קיינמאל נישט פארגעהאלטן אדער מרמז געווען די אלע ענינים סתם בלאט טענות, אדער כלשון רא"ט "באבקעס". די צוואה און די אלע הוראות בנוגע די הנהגה פון רבינו מהרי"י שליט"א זענען געטאן געווארן פראפעסיאנאל, מיט דאקומענטן און עדות. אבער אז עס שמעקט ענק נישט איז עס קוריאז, משא"כ די נארישע עד אחד'שאפט פאר צוויבל און פאר האראוויץ, וואס די גאנצע שמועס איז איין שטיק קוריאזקייט, דאס רופסטו "עדים כשרים"...
3. די אלע הוראות זענען געווען היפוך רצונו כל ימי חייו משנים כתיקונם שקר. ער האט קיינמאל נישט געזאגט ברבים רצון קדשו בנוגע וויליאמסבורג, אז ר' אהרן האט זיך איינגערעדט, און יענעם איינגערעדט אז ער גייט אלעס האבן, איז דאס נאכנישט דער רצון פון רבי'ן זי"ע דער ברך משה, ווען דער רבי האט אויפגענומען זיין געראטענסטע קינד, וואס איז די מערסטע פאסיג פאר דעם אמט, און ר' אהרן האט זיך גענומען בונטעווען און זיך מתחצף זיין קעגן זיין טאטן, און זיך דערוואגט אים צו רופן בערכאות, האט דער רבי געגעבן רשות פאר רבינו שליט"א צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל. און אזוי ווי ער האט שטענדיג נישט דערהויבן קיין מחוצפים וואס ווילן צוברעכן די הנהגה, אזוי איז ער יעצט ארויס זייער שארף קעגן דעם רא"ט וואס האט געוואלט צוברעכן זיין הנהגה. אזוי ווי כל ימי חייו משנים כתיקונם.
4. עס זענען די 2 עדים כשרים וואס האבן עדות געזאגט פאר אן ארון קדוש פאר א ציבור אידן, אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן זיין רצון בנוגע די הנהגה, און ער האט מבטל געווען אויף להבא אלע שפעטערע הוראות וואס איז להיפך די דאזיגע הוראה. ווי געזאגט איז דאס נישט קיין "צוויי עדים" אויף איין זאך, נאר צוויי עקסטערע "עד אחד'ס" וואס האבן נישט קיין תוקף להלכה, און עס גלייבט זיך נישט אז דער ברך משה וואס איז געווען באקאנט אלס איש חכם, און דערצו א דיני ממונות דיין בשנים כתיקונם, און געוויסט וואס עס מיינט סכסוכים, קען דאך נישט זיין אז ער האט איבערגעלאזט זיין מיינונג בהנהגה אויף אזעלכע פאצערישע עד אחד'ס, געזאגט אויף אזא קוריאזן אופן, אן קיין תוקף להלכה.
|
|
איך פארשטיי אז דו מוזט זיך שטארק אנהאלטן אין דיינע טענות, ווייל אויף דעם שטייט דער יסוד פון ענקער פארטיי, און מיט דעם מוז מען פארענטפערן אלע חוצפות קעגן ברך משה, דאס גיין בערכאות, און דאס איבערדרייען די הייליגע טישן, און דאס מתנהג זיין באדמורו"ת בחיי אביו, און נאך אסאך דברים אסורים ווערן פארענטפערט מיט די טענה אז דער רבי האט געקאלעכט, און וועגן דעם האט מען פארשפרייט זיינע פריוואטע מעדיצינישע אינפארמאציע בדרך בזיון גדול, אלעס צו פארענטפערן די אלע געפערליכע עוולות, וואס רא"ט האט אפגעטאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 06:56 |
|
| |
דאס איז ענקער גרויסער לצנות, און ענק ווייסן עס זייער גוט, די ארונים זאגן נישט אז ווייל ער איז געווען העכער 80 יאר דארף מען איהם נישט פאלגן, דא איז דא נאך 4 יסודות'יגע אנדערע פאקטורן וואס געבן צו צים טענה אז די אלע הוק-אפ הוראות האט נישט קיין תוקף להלכה
1. דער פאקט אז ער איז נישט געווען בדעתו ובתקפו כבתחלה, דאס איז א פאקט, קיינער קען עס נישט פארלייקענען, ער האט נישט געהאלטן קיין שום דרשות, קיין שום רבנים האבן מיטאמאל אנגעפרעגט זיין דעת קדשו בדברים העומדים על הפרק, [אויסער די סאטמארע דרעק], עטס האלטס נישט אז דאס איז געווען א חוצפה מצד הרבנים, אלא מאי האט יעדער געוויסט דער סוד פון גאנץ בראד, אז דער סאטמאר רבי איז ליידער מער נישט אין די פעדערן, און דאס ברויך מען צו וויסן ווייל עס כאפט א שטארקע נפק"מ להלכה למעשה.
2. די אלע נייע הוראות זענען געקומען מיט קריאזע אופנים שלא כדרך העולם ולא כשכל אנישי, אדער מיט א הוק-אפ אדער א בריוו,ווען ער האט גערעט צו די באטראפענע מענטשן פנים אל פנים האט ער קיינמאל נישט פארגעהאלטן אדער מרמז געווען די אלע ענינים
3. די אלע הוראות זענען געווען היפוך רצונו כל ימי חייו משנים כתיקונם
4. עס זענען די 2 עדים כשרים וואס האבן עדות געזאגט פאר אן ארון קדוש פאר א ציבור אידן, אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן זיין רצון בנוגע די הנהגה, און ער האט מבטל געווען אויף להבא אלע שפעטערע הוראות וואס איז להיפך די דאזיגע הוראה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 06:37 |
|
| |
THE REBBE ZCHISO YUGON ULEINI WAS NOT AGAINST REB GETZEL UP TO THE 80 YEARS
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/04/2010 06:39:26
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 06:30 |
|
| |
REB GETZIL BECAME DATEN AFTER THE REBBE ZCHISOI YUGEIN ULEINY 80 YEARS
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 04:10 |
|
| |
דעם חול המועד האב איך
געליינט דעם נארישן קונטרס וואס קהל יטב לב (בערנאדא) האבן ארויסגעשיקט אויף די
פאסט קעגן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע, פול מיט ליצנות און דברי זלזול.
איין זאך קען איך דערויף
זאגן,
די שוטים זאגן אז א צדיק
העכער די 80 יאר קען שוין נישט טוישן זיין מיינונג
אבער פון די אנדערע זייט
פרובירן זיי צו מאכן ליצנות פון דעם גאון וצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א
דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל, וואס איז געשטאנען אלע יארן געטריי לימין קדשו פון
רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, וואס כאטש ער איז נאכנישט קיין אכציג יאר
האלטן זיי אז ער האט נישט קיין רעכט צו האלטן אנדערש ווי פאר צוואנציג יאר צוריק.....
חכמינו ז"ל זאגן
אונז,
זקני תלמידי חכמים כל זמן
שמזקינים דעתן מיישבת עליהן, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס די וואך פאלט
אויס זיין הייליגע יארצייט, האט זוכה געווען שוין אלט זייענדיג אין די אכציגער
יארן מעמיד צו זיין הדת על תילה, און אוועקשטעלן זיין זון כ"ק מרן רבינו
מהרי"י שליט"א וועלכער האט אפגעראטעוועט די הנהגה פון סאטמאר, ווען כמעט
יעדער איז שוין געווען רעזיגנירט צום פאקט, אז מען וועט האבן א פירער פון וועמען
עס וועט זיך גיסן "חכמה" מיט שטעכווערטער, געמישט מיט
"באבקעס" און איידעלע אויסדרוקן.... פלוצלונג האט
אויפגעשיינט דער אור פון רבינו שליט"א, צו די שמחה פון טויזנטער סאטמאר'ע
אידן.
די אהרונים זענען מעתיק
שטיקלעך פון די דרשות פון הגה"צ רמ"מ טירנויער שליט"א, אז מען טאר
נישט צוברעכן די הנהגה, און מען דארף זיך צוזאמענהאלטן אונטער די הנהגה פון רבינו בעל
ברך משה זצ"ל. יעצט ווען
אזא איד זאגט אז מען מעג יא מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, און דאס הייסט נישט
צובראכן די הנהגה, און ספעציעל ווען עס קומט פון דעם גאון וצדיק וואס האט שוין
מעמיד געווען טויזנטער תלמידים, וועלכע פירן הערליכע אידישע שטובער, און האט זיך
אלע יארן מוסר נפש געווען פאר סאטמאר, איז דאך קלאר אז דאס איז די ריכטיגע דעת
תורה,
און ער איז נאך געווען
אזוי געטריי צום הייליגן ברך משה זי"ע ווי הרה"ג ר' געציל שליט"א.
וואס טראכטן די אהרונים
אז מיט אביסל ליצנות וועלן זיי קענען מבטל זיין זיינע ווערטער?
און באמת איז ער דאך
גערעכט
סאטמאר'ע אידן דארפן זיך
צוזאמען האלטן באחדות, אונטער די הנהגה פון די חכמי התורה, ורבנים המובהקים
דקהלותינו, ובראשם דער מנהיג רוחני כ"ק מרן רבינו שליט"א..
עס איז איבעריג צו זאגן
ווי שטארק מען זעט וויאזוי עס איז מקוים געווארן דער "רצון יראיו יעשה"
רביה"ק בעל ברך משה
זי"ע האט אוועקגעשטעלט (טאקע בסוף ימיו ובשארית כוחותיו)
בנו חביבו כ"ק מרן
רבינו שליט"א אלס אב"ד בקהלתו, און ס'איז נתקיים געווארן דער "אם
חכם בני ישמח לבי גם אני".
און געלאזט צוואה ער זאל
ממלא מקומו זיין, וכאשר גזר כן היה!
רבינו שליט"א איז
היינט דער מנהיג ישראל פון אלפים ורבבות אידן, און פירט אן מיט די מוסדות הקדושים
איבער די גאנצע וועלט, יעדער וואס וויל זיין א סאטמאר'ער חסיד, און אנהאלטן דעם
קשר צו רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע, מיט די ריכטיגע השקפה, און הכנעה צו
הנהגת התורה, געהערט זיך אן צו די ערליכע קהל יטב לב דסאטמאר.
און בעזרת השם יתברך האט
רבינו שליט"א שוין באוויזן ממלא צו זיין דברי קדשו פון זיין גרויסן טאטן און
מסדר קידושין געווען אין קרית יואל,
והיה המחנה הנשאר לפליטה
גדולה.
 |
|
|
|
|
|