ברעיקינג: ר' אהרן נעמט אפיציעל א צד אין די מחלוקה!!!
די וואך איז פארגעקומען א מעמד הנחת תפילין פון בן הרב שמעון זאב מייזליש, איידעם ביי ר' אהרן אין נייעם ביהמ"ד אין שיכון ברך משה, וואו ר' שמעון זאב איז אומ-אפיציעל רב.
ר' אהרן איז אנגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזעהן אז עס הענגט א טאוועל אז דער ביהמ"ד איז נתנדב געווארן דורך אברהם יהודה גאלדבערגער, ר' אהרן האט זיך ספאנטאן גענומען ווילדעווען און פארפירן אויף זיין בעבי'שן שטייגער, "ווער האט אויפגעהאנגן דעם טאוועל?" האבן זיך איינער אנגערופן דארט אז ער האט עס ארויפגעלייגט, האט ר' אהרן געהייסן אז ער זאל דאס שוין אראפנעמען, "מען זאל מיך פרעגן פאר מ'לייגט א טאוועל" (ער בענקט זיך צוריק צו די צייטן ווען ער פלעגט דן זיין בכובד ראש פאר חדשים לאנג פונקטליך וויאזוי יעדע גאס אין קרית יואל זאל הייסן...).
צווייטענס האט דער ביהמ"ד גארנישט מיט יודי גאלדבערגער, יעקב סופר האט געראטעוועט דעם גאנצן בארג.
אנאליזן לאז איך פאר די אהרונים, קומטס ענק אויס צווישן זיך...!
נשלח ב-9/4/2010 06:58
עני אפדעיט?
נשלח ב-3/4/2010 01:29
מעיזשער די קוועטש עפעס אנדערש ווי די גאנצע מחלוקה צווישען די צוויי בילדערס
נשלח ב-3/4/2010 01:14
איך האב אסאך צו שרייבען איבער די נושא איך האף אי"ה נאך יו"ט, אבער איין זאך וואס איך וויל וויסען יעצט איז איה"נ יודי גיט אסאך (?) פאר צדקה צוועקן אבער מיט וואספארא רעכט קען ער נעמען די געלט וואס ער איז שולדיג פאר די פועלים (סובס) און דאס אוועקגעבן פאר צדקה????
איך רעד שוין נישט פון די גניבה פון זיך שפילען מיטען ציבור'ס געלט פאר 5 יאר! איך רעד נאר פון די בערך 5-6 מיליאן דאללאר וורס ער האט נישט באצאלט פאר די סובס!!!
פון די אנדערע זייט סופר האט געטאן אסאך גוטס פאר קהלתינו הק', ארויס געהאלפען מיט אסאך געלט, סיי געבארגעט, און סיי געגבען, אבער די גאוה און גראף פאטאצקי שטאלץ, יעדער איז ביי אים א ווערעם, און בלויז ער לעבט אויף דער וועלט, יעדן טאג שלאגט ער זיך מיט א צווייטען, ער ניצט כל מיני טעראר און השמצה קעגן יעדעם וואס שטייט אים אין וועג.
דאס זעלבע האט ער געטאן מיט דירות וואס ער האט פארקויפט ווי ער האט געהאט איין דין תורה נאכן צווייטען, ממש רוב מענטשען וואס האבן זיינע דירות געקויפט שרייען אז ער האט זיי באגנבט, דאס זעלבע וואס ער האט געטאן מיט זיין שכן ר' ישראל שטערן, אזוי האט ער א גאנצע ליסט אויף זיך.
די סך הכל דערפון איז, דער ציבור שטייט אין דער זייט און האט הנאה ווי די צוויי רייסן זיך ביי די קעפ, און וואונטשען זיי ביידע פיל הצלחה, אבער צובאלט וויל מען אז גאלדבערגער זאל זיין מער...
נשלח ב-2/4/2010 01:18
רבותי
ס'איז דא צען פראצענט עולם וואס האלט בלינד מיט יודי (אלס גוטע פריינט) און צען פראצענט עולם וואס האלט בלינד מיט יענקי סופר (אלס גוטע פריינט), צו די רעד איך נישט יעצט.
איך רעד נאר צו די אכציג פראצענט (וואס האט אגב הנאה צו זען ווי צוויי רויבער רייסן זיך) וואס ווילן וויסן דעם אמת
איך בין דעם יום טוב שטארק נאכגעגאנגען אלע צדדים, איך גיי עס נישט דא ארויסשטעלן קודם אלס חוה"מ איך זיך נישט צו זיצן ביים קאמפיוטער אזוי לאנג ובעיקר, ווייל דאס אלעס איז פאקטן וואס מען נאכגיין.
און אפילו דעם סקול דיסטריקט געפעכט (וואס דאס האט מיר דאס מערסטע געבאדערט) האב איך אויך געהערט דעם יו"ט ווער ס'איז באמת שולדיג דערין
און נאכאמאל איך בין נישט אויסן דא קיינעם צו באשמוצן
אבער ביידע האבן צדדים, וקרוב מאד לומר אז יענקי איז נישט אזוי אומגערעכט ווי יודי לייגט אים אראפ
נשלח ב-1/4/2010 22:02
לעקסינגטאן, ווען איך ארבעט פאר יודי וואלסטו געזען פון מיר גאנצע אשכולות אנגעפולט מיט שמוץ קעגן יאנקי סופר.
און איך וואלט פארענטפערט יעדע איינס פון יודי'ס חטאים.
אויב יודי וויל ער מיך הייערן קען ער עס טון אין איך וועל עם ווייזן וואס א גוטע זשאב איך קען מאכן.
אגב, אזוי ווי איך זע אז דו קריגסט דאך יא באצאלט לאז וויסן פאר יאנקי'ן אז איך בין נאך עוועילעבל. אפשר האט ער מער געלט ווי יודי'ן אין ער קען עפארדן מיר צו הייערן
יעצט לעניננו,
1. מאדיאר האט געשטעלט גוטע קשיות, לעקסינגטאן אזוי ווי איך זע אז דו ווייסט וואס דארט גייט פאר ביטע פארענטפער עס.
2. דו שרייבסט אז דא זענען געווען גוים וואס האבן געוואלט פארקלאוזן (נישט "פארקלאוזשן" עמי הארצים וואס עטס זענטס) אויף יודי'ס לאט. אויב אזוי דעמאלט פארוואס טאר נישט יודי גיין אין ערכאות קעגן גוים, זיי מסביר.
נשלח ב-1/4/2010 21:34
יקרבו וואספארא גניבה מיינסטו צו זאגן דא אז סאיז נישט אויסגעהאלטן? האסט שוין אויסגעהערט ביידע צדדים בעפאר די האסט גענימען דיינע שטעלונגען?
אויב איז דער יודי אזוי נעבעך אומשולדיג דאן פארוואס גייט ער נישט צו קיין נארמאלן בית דין
אלא מאי דער יודי איז שוין גארנישט אזוי אומשולדיג ער איז זיך גוט ווערט זיין געלט און יקרבו טייערער שריי נישט מיט באנומענע קולות
און אויך פארוואס מאכסטו זיך דעם גולם? וואס איז דיין אגענדע דא מיטן זיך מאכן דעם טעמישן פנים ווי די ווייסט נישט גארנישט די ארבעטסט נישט פאר יודי'ן די קענסט פשוט נישט צוקוקן קיין גניבות - פארדריי נישט דעם קאפ די ווייסט גאנץ גוט וואס גייט פאר
די האסט איין ציהל צו באשמוצן דעם יאנקי סופר... זאלסט וויסן די שפילסט זיך מיט דיני נפשות
נשלח ב-1/4/2010 20:55
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דארט גייט פאר, און איך נעם בעצם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע סכסוך, חוץ פון די גניבה וואס איך האלט אז ס'איז זייער נישט אויסגעהאלטן.
איך וויל נאר וויסן אויב ס'איז אמת אז דער גאנצער היתר צו גיין לערכאות קומט פון גביוף? אויב יא איז עס א גרויסע עוולה פון יודי ג"ב צו נוצן א בית דין וואס האט אריינגעשטאכן א מעסער אין קהילתנו הק'.
נשלח ב-1/4/2010 17:36
איך פארשטיי נישט. אויב איז יענקי סופר אזא צדיק און גוטהארציגער מענטש צו וואס האט ער געשיקט פארקלויזשער פאפירען אוועקצוכאפען דעם גאנצען פראקיעט? פארוואס ווען מען האט אים גערופן צו דין תורה האט ער זיך ארויסגעדרייט און געטענהט אז סאיז גוים אינוועסטארס און נישט ער האט דאס געטוהן? און ועל כולם אויב איז ער אזא צדיק און ערליכער איד וואס האלט אז מען טאר נישט חלילה גיין בערכאות של עכו"ם פארוואס איז זעלבסט אריין אין ערכאות נישט לאנג צוריק שלא ברשות בי"ד אנטקעגען די אידישע ווילידזש פון קרית יוא-ל? די ראשי קהילה פון ווילידזש האט זיך געבעטן צו אים צו קומען צו א דין תורה און ארויסנעמען זיין מסירה און סאיז געפאלען אויף טויבע אויערען, נו איז פארהאן גרעסער היפאקריט פון אים??