בית פורומים אידישע געדאנק

לולי דמסתפינא מפי השור-בור, "סאטמאר ווייץ חמץ אריינגעמישט אין די פסח'דיגן מעיל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2010 16:59 לינק ישיר 
לולי דמסתפינא מפי השור-בור, "סאטמאר ווייץ חמץ אריינגעמישט אין די פסח'דיגן מעיל"

פערל ווערטער מפי הר'

    אהרן טייטלבוים


ביי זיין דרשה אין 14 האפפער סט'


"קאקא איז נאר פאר די פלעטבאשער און קווינסער אידן"

"שיינע מצות אויף פסח איז אסאך ערגער ווי קאקא"


"לולי דמסתפינא (וואלט איך נישט מורא געהאט) וואלט איך געזאגט אז"......
"סאטמאר האט דאס יאר געהאט אזויפיל רעגין בשעת קצירה,
און מען האט אריינ
געמאלן עכטן חמץ אין די פסח'דיגן מעיל"
  


נאר זיין אריזאנע וויץ איז געווען דאס יאר כשר,


וועגן דעם האט מען דאס יאר נישט געהערט מער קיין מחאות אויף אינזער (אריזאנע) ווייץ,
 
"אפשר קען איינער זאגן פארוואס זענען זיי דאס יאר שטיל געוועזן?"  ווייל

"זיי זענען דאס יאר נעבעך געווען אויף ג ר ו י ס ע  צ ר ו ת"

"סאטמאר האט דאס יאר געהאט אזויפיל רעגין בשעת קצירה,
און מען האט אריינ
געמאלן עכטן חמץ אין די פסח'דיגן מעיל" 

"יעדער קען דאס נאכקיקין וואס האט די כלי (אינטערנעט) קען דאס זעין וויפל עס האט גערעגענט, יעדן טאג האט גערעגענט"
 
"מען קען קען קיינעם נישט פארקויפן קיין מעשיות קיין באבֶקעס"

"מען מאכט א שווייג פון אלעם ויאכלו ענווים וישבעו"

אויך געווען אסאך פאן ווען ער האט מסביר געווען ווי שיין זיינע שוחטים, מיט נאך זיינע שטותים
ווער עס קען ארויף לייגן זיין טעיפ וועט מהנה זיין דעם ציבור
לכבוד חוה"מ האלטן




תוקן על ידי 1satmar ב- 02/04/2010 17:48:26




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2010 03:28 לינק ישיר 

אויפן בעקריי פארום מאכט מען ליצנות פון כ"ק אדמו"ר משארמאש שליט"א, אז ער איז נישט גענוג חכם פאר די אהרונים.


עס ווינדערט מיך נאר די אהרונישע חוצפה, נאכדעם וואס דער רא"ט האט זיך אויפגעשטעלט לעצטנס צוויי מאל, אום שושן פורים, און חול המועד פסח, ווען ער האט צוזאמען גערעדט שטותים און הבלים ווי א קליין קינד שעמען זיי זיך נישט צו מאכן ליצנות פונעם שארמאש'ער רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2010 07:11 לינק ישיר 
באקימען- אן ארויני מחאה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 05:53 לינק ישיר 
דער נייע אויפטי פון דעם חארינער ע"ל

הר' אהרן טייטלבוימ'ס המצאה!
אז די מחאות וואס סאטמאר האט געפירט קעגין די שונאי הדת אלע יארן איז נאר געווען ווייל זיי האבן געהאט אזא גיט לעבן
האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערע דאגות נאר זיך שלאגן מיט די ציונים אד"ג
 
לשטתו זעט אויס אז וואלט רבינו הק' געהאט אייגענע צרות וואלט ער אוודאי נישט געפירט קיין מערכה נגדם
איך קען דעם חרינער נישט ענטפערן נאר זיין אייגענע דיבורים עפרה ליפמיך!
מען דארף אריינגיסן הייסע קוילן צו די אלע אפקורסים בימינו



תוקן על ידי המהדרין ב- 08/04/2010 18:07:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 05:50 לינק ישיר 

איין מורא'דיגע קושיא האב איך אויף די פורים-דרשה אום חול המועד פסח. עס עגבערט מיר שטארק, און איך האב נאכנישט געזען איינער זאל דאס אדרעסירן.

ואפרש שיחתי.

נניח, לאמיר זאגן אז די זאליס זענען ליידער אזוי געפאלן, אז ממש...ממממפפארקויפט חמץ'דיגע ווייצלעך אין די מצות, און מ'מאכט א שווייג ויאאככלו ענוים וישבעו. יא. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. די רעבעזכרוינעלברוכע אידן, די וואס זענען מכלומרשט מתקן די גאנצע וועלט, האבן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון, און מ'געט צו עסן פשוט חמץ פאר אידן אין פסח און מ'מאכט א שווייג.מ'פארקויפט באבקעס.... פיין. דער צער און ווייטאג איז מורא'דיג גרויס.

אבער דא שטעלט זיך א מורא'דיגע קושיא; אויב האט דער גאון אדיר וחכם נפלא שוין בשעת'ן ארויסקוקן פון פענסטער אין פאלם ספרינגס געוויסט אז אין לאנג איילענד רעגנט, און שוין געזען ברוח קדשו אז ס'איז גרויייסע צרות, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט 2 וואכן פאר פסח און מאכן געוואלדעס - אזוי גוט ווי נאר ער קען: געוואלד טייערע אידן, מ'פארקויפט חמץ אין פסח. איר גייט עסן ביים סדר אויף דער נאכט מפוקפקדיגע מצות! יא, גייט קוקט נאך יעדער איינער אויף די כלי, וועט איר זען.

דא רעדט מען דאך נישט בלויז פון די זאליס. ס'דאך פארהאן צענדליגער טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט וואס עסן די מצות, אין גאנץ לאנדאן איז דא צו  באקומען נאר די מצות פון די סאטמארער בעקעריי, וואס ווערט געברענגט דורך כדתיא, אין אגערטינא, אנטווערפן, צענדליגער חבורות פון ליטווישע אידןוכולו וכולו, דאס איז דאך די גרעסטע האנט-מצות בעקעריי אין אמעריקא, טא וואו איז די וויי-געשריי פון דעם מעכטיגן מתקן, דער רבשכבה"ג והגה"ק וואס לבו נוקפו פון יעדע קלייניקייט, און איז מתקן גדולות ונצורות נאר להינצל מחשש?

השאלה נשאלת: פארוואס האט ער נישט אויפגערודערט דאס אידנטום??? געוואלד חמץ בפסח!!!

מ'ווארט ביז חול המועד פסח, ווען ער האט שוין סייווי געהאלטן די יערליכע דרשה, (איר געדענקט נאך איין יאר ווען נישט? א גוטן מועד....) און שוין סייווי גע'דבר'ט ווי א תינוק בן יומו וועגן די "קאקאו", האט ער שוין בדרך אגב אריינגעווארפן א "פלאקן" וועגן די חמץ'דיגע מצות.

אפגערעדט פון דעם וואס זיין אייגענע בעקעריי האט רוב ווייץ גענומען פונעם זעלבן פלאץ אקוראט די זעלבע צייט, וואס לפי שיטתו קומט אויס אז ער האט זעלבסט ביודעין מאכיל חמץ געווען בפסח?!

פרעגט זיך א שאלה: איז דאס א מנהיג בישראל??? איז דאס דער זעלבער וועלכער באטיטלט זיך א רבן של כל בני הגולה מיט אויפטוען חובקות זרועות עולם?? איז א ווינדער אז מ'קען אים נישט געטרויען צו זיין א מרא דאתרא אין א שטאט מיט העכער דריי טויזנט משפחות כ"י?

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג.

ולסיום הענין, ווען מ'שטיי מיר נאך אזא אפשניט, נאך עלף גאנצע יאר וואס מיר זענען פון דעם מאניאק פטור געווארן, דארפן מיר אלע אויפהייבן די הענט בשבח והודי' להקב"ה על גאולתינו ועל פדות נפשינו, ואילו לא הוציאנו הרי אנו ובנינו ובני בנינו עד סוף כל הדורות וכו'.

עלינו לשבח לאדון הכול!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 05:09 לינק ישיר 

לפי עניית דעתי דארף מען בכלל נישט מבזה זיין קיין אידן אויף דעם פארום.
ס'איז ליידער גענוג א בושה אז אזעלכע מנהיגים זענען בדורינו אדמורי"ם פון גרויסע שיינע קהילות, זיי זענען די רעבי'ס פון אידן וואס האבן זיך געפירט די לעצטע 50 יאהר מיט חומרות און הידורים אסאך מער פון דעם אדמו"ר אליין.
ס'וואלט נאר וויכטיג געוועהן אז מ'זאל מאכן א ליקוט פון אלע זיינע דרשות. נאך פון די עפרא לפומי' דרשה און דע אלע יאהרן ביז היינט צוזאמען נעמען אלעס אויף א סעריע פון טעיפס און אפדרוקן דערצו א קלאהרע העתקה און מסביר זיין די סיבה פון די דרשה ביים סוף. דאס וואלט מען געדארפט צוזאמען נעמען און ארום שיקן פאר אלע ערליכע אידן למען ידעו בני ישראל אז דער מנהיג האט אזא הייליגע מויל און ווער ס'וויל זיך פירן אינטער זיינע אויפפאסונג און הנהגה האט די בחירה.   
ערשטענס אויב דער אדמו"ר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 03:18 לינק ישיר 

עס איז ממש א פארגעניגען צו ליינען ווי אין די קאקאש קעיק פארום איז מען זיך מחזק און מ'פרובירט מיט אלע מיטלען כאטש א טייל צו פארענטפערן דער דרשה של דופי וואס רופט ארויס געלעכטער ביי יעדן רעכדענקענדע מענטש

שטעלט אייך פאר אז די דרשה זאל ווען נישט געזאגט ווערן פארענט פון הינדערט מענטשען, די ארונישע רעאקציע וואלט דאן געווען:
משה גבאי האט געזאגט די דרשה
דער נועם המידות האט צוגעשטעלט די מייקס
און יאשקע מסור האט עס פאלש אפגעכאפט אום שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 00:52 לינק ישיר 

כלהנערים
וואס פארשטייסטע נישט? דע הייליגע בעש"ט האט מען געזעהן אויף 2  פלעצער אין דע זעלבע צייט, מיינסטע אז דער רעבע קען עס נישט באווייזן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 23:28 לינק ישיר 

נישט לאכן!

ראט זאגט אז ער האט יעדן טאג ארויסגעקוקט פון פענסטער און געזען ווי ס'רעגנט, אויפן אינטערוויו זאגט סימאן אז ער האט יענעם טאג אנגערופן דעם רבין אין ניו העמפשיר... נו הא כיצד? אין ניו העמפשיר האט גערעגנט אדער אין לאנג איילענד...? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 23:10 לינק ישיר 

דער אמת איז נאך דע דרשה, איז שוין "חלה דעקל" נישט די ריכטיגע אויסדרוק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 23:07 לינק ישיר 

דער אייזל טוט זיך אויף אז היי יאר האט שוין קיינער נישט מערער געווען אויף זיינע ווייצן, די סיבה איז זייער פשוט, ס'איז נתברר געווארן פאראיאר (טאקע אויך דורך די כלי) אז די אריזאנע ווייץ וואקסט "יא" מיט מי גשמים פונקט ווי לאנג איילענד, ער איז א פלעינער לץ, אמת ס'וואקסט אויך מיט השקאות שונות ווייל די רעגן דארט איז נישט גענוג, אבער די גאנצער "הידור" מיטן גאנצן "עירעור" איבער די מי גשמים איז שוין מער נישט שייך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:57 לינק ישיר 

וועלעכע "אנדערע ווייצלעך" האבן די פרומערע פראקציע פון די זאלונים גענומען היי יאר? כ'האב ליב ווען מ'רעדט מער קלאהרער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:53 לינק ישיר 

איינע פון די גוטע זאכן וואס די דרשה האט אויפגעטוהן איז אז FIVE BORO האט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע פון דעם פארום ווייל ער האט נעבעך נישט וואס צו ענטפערן אויף זיין רבין'ס שטותים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 21:14 לינק ישיר 

עס דרייט זיך ארום א קאפי פונם דרשה ערגעץ דא אינם פורום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:12 לינק ישיר 

אויף "חלה דעקל" האב איך טאקע נישט וואס צי ענטפערן, דא האט עטס מיך פארשטימט, נצחתני בני נצחתני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 19:58 לינק ישיר 

כ'האב ליידער נאכנישט געהערט די אינהאלטסרייכע(!???...) אינטערוויו אבער כ'האב עס שוין פארפאסט וויל זיי האבן עס שוין אראפגענומען פון קול סטמר, האט איינער א נומבער עס צו הערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לולי דמסתפינא מפי השור-בור, "סאטמאר ווייץ חמץ אריינגעמישט אין די פסח'דיגן מעיל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext