בית פורומים אידישע געדאנק

לולי דמסתפינא מפי השור-בור, "סאטמאר ווייץ חמץ אריינגעמישט אין די פסח'דיגן מעיל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/4/2010 05:09 לינק ישיר 

לפי עניית דעתי דארף מען בכלל נישט מבזה זיין קיין אידן אויף דעם פארום.
ס'איז ליידער גענוג א בושה אז אזעלכע מנהיגים זענען בדורינו אדמורי"ם פון גרויסע שיינע קהילות, זיי זענען די רעבי'ס פון אידן וואס האבן זיך געפירט די לעצטע 50 יאהר מיט חומרות און הידורים אסאך מער פון דעם אדמו"ר אליין.
ס'וואלט נאר וויכטיג געוועהן אז מ'זאל מאכן א ליקוט פון אלע זיינע דרשות. נאך פון די עפרא לפומי' דרשה און דע אלע יאהרן ביז היינט צוזאמען נעמען אלעס אויף א סעריע פון טעיפס און אפדרוקן דערצו א קלאהרע העתקה און מסביר זיין די סיבה פון די דרשה ביים סוף. דאס וואלט מען געדארפט צוזאמען נעמען און ארום שיקן פאר אלע ערליכע אידן למען ידעו בני ישראל אז דער מנהיג האט אזא הייליגע מויל און ווער ס'וויל זיך פירן אינטער זיינע אויפפאסונג און הנהגה האט די בחירה.   
ערשטענס אויב דער אדמו"ר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 05:50 לינק ישיר 

איין מורא'דיגע קושיא האב איך אויף די פורים-דרשה אום חול המועד פסח. עס עגבערט מיר שטארק, און איך האב נאכנישט געזען איינער זאל דאס אדרעסירן.

ואפרש שיחתי.

נניח, לאמיר זאגן אז די זאליס זענען ליידער אזוי געפאלן, אז ממש...ממממפפארקויפט חמץ'דיגע ווייצלעך אין די מצות, און מ'מאכט א שווייג ויאאככלו ענוים וישבעו. יא. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. די רעבעזכרוינעלברוכע אידן, די וואס זענען מכלומרשט מתקן די גאנצע וועלט, האבן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון, און מ'געט צו עסן פשוט חמץ פאר אידן אין פסח און מ'מאכט א שווייג.מ'פארקויפט באבקעס.... פיין. דער צער און ווייטאג איז מורא'דיג גרויס.

אבער דא שטעלט זיך א מורא'דיגע קושיא; אויב האט דער גאון אדיר וחכם נפלא שוין בשעת'ן ארויסקוקן פון פענסטער אין פאלם ספרינגס געוויסט אז אין לאנג איילענד רעגנט, און שוין געזען ברוח קדשו אז ס'איז גרויייסע צרות, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט 2 וואכן פאר פסח און מאכן געוואלדעס - אזוי גוט ווי נאר ער קען: געוואלד טייערע אידן, מ'פארקויפט חמץ אין פסח. איר גייט עסן ביים סדר אויף דער נאכט מפוקפקדיגע מצות! יא, גייט קוקט נאך יעדער איינער אויף די כלי, וועט איר זען.

דא רעדט מען דאך נישט בלויז פון די זאליס. ס'דאך פארהאן צענדליגער טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט וואס עסן די מצות, אין גאנץ לאנדאן איז דא צו  באקומען נאר די מצות פון די סאטמארער בעקעריי, וואס ווערט געברענגט דורך כדתיא, אין אגערטינא, אנטווערפן, צענדליגער חבורות פון ליטווישע אידןוכולו וכולו, דאס איז דאך די גרעסטע האנט-מצות בעקעריי אין אמעריקא, טא וואו איז די וויי-געשריי פון דעם מעכטיגן מתקן, דער רבשכבה"ג והגה"ק וואס לבו נוקפו פון יעדע קלייניקייט, און איז מתקן גדולות ונצורות נאר להינצל מחשש?

השאלה נשאלת: פארוואס האט ער נישט אויפגערודערט דאס אידנטום??? געוואלד חמץ בפסח!!!

מ'ווארט ביז חול המועד פסח, ווען ער האט שוין סייווי געהאלטן די יערליכע דרשה, (איר געדענקט נאך איין יאר ווען נישט? א גוטן מועד....) און שוין סייווי גע'דבר'ט ווי א תינוק בן יומו וועגן די "קאקאו", האט ער שוין בדרך אגב אריינגעווארפן א "פלאקן" וועגן די חמץ'דיגע מצות.

אפגערעדט פון דעם וואס זיין אייגענע בעקעריי האט רוב ווייץ גענומען פונעם זעלבן פלאץ אקוראט די זעלבע צייט, וואס לפי שיטתו קומט אויס אז ער האט זעלבסט ביודעין מאכיל חמץ געווען בפסח?!

פרעגט זיך א שאלה: איז דאס א מנהיג בישראל??? איז דאס דער זעלבער וועלכער באטיטלט זיך א רבן של כל בני הגולה מיט אויפטוען חובקות זרועות עולם?? איז א ווינדער אז מ'קען אים נישט געטרויען צו זיין א מרא דאתרא אין א שטאט מיט העכער דריי טויזנט משפחות כ"י?

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג.

ולסיום הענין, ווען מ'שטיי מיר נאך אזא אפשניט, נאך עלף גאנצע יאר וואס מיר זענען פון דעם מאניאק פטור געווארן, דארפן מיר אלע אויפהייבן די הענט בשבח והודי' להקב"ה על גאולתינו ועל פדות נפשינו, ואילו לא הוציאנו הרי אנו ובנינו ובני בנינו עד סוף כל הדורות וכו'.

עלינו לשבח לאדון הכול!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 05:53 לינק ישיר 
דער נייע אויפטי פון דעם חארינער ע"ל

הר' אהרן טייטלבוימ'ס המצאה!
אז די מחאות וואס סאטמאר האט געפירט קעגין די שונאי הדת אלע יארן איז נאר געווען ווייל זיי האבן געהאט אזא גיט לעבן
האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערע דאגות נאר זיך שלאגן מיט די ציונים אד"ג
 
לשטתו זעט אויס אז וואלט רבינו הק' געהאט אייגענע צרות וואלט ער אוודאי נישט געפירט קיין מערכה נגדם
איך קען דעם חרינער נישט ענטפערן נאר זיין אייגענע דיבורים עפרה ליפמיך!
מען דארף אריינגיסן הייסע קוילן צו די אלע אפקורסים בימינו



תוקן על ידי המהדרין ב- 08/04/2010 18:07:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2010 07:11 לינק ישיר 
באקימען- אן ארויני מחאה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2010 03:28 לינק ישיר 

אויפן בעקריי פארום מאכט מען ליצנות פון כ"ק אדמו"ר משארמאש שליט"א, אז ער איז נישט גענוג חכם פאר די אהרונים.


עס ווינדערט מיך נאר די אהרונישע חוצפה, נאכדעם וואס דער רא"ט האט זיך אויפגעשטעלט לעצטנס צוויי מאל, אום שושן פורים, און חול המועד פסח, ווען ער האט צוזאמען גערעדט שטותים און הבלים ווי א קליין קינד שעמען זיי זיך נישט צו מאכן ליצנות פונעם שארמאש'ער רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לולי דמסתפינא מפי השור-בור, "סאטמאר ווייץ חמץ אריינגעמישט אין די פסח'דיגן מעיל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext