בית פורומים כל העולם כולו

מוראדיגע דרשה פון סאטמאר רבי וועגן מצה און שחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2010 18:28 לינק ישיר 
מוראדיגע דרשה פון סאטמאר רבי וועגן מצה און שחיטה

נעכטן נאכט אין גרויסן ביהמ"ד אין וומ"ס ביי די יערליכע אסיפה כללית האט דער סאטמארער רבי שליט"א זייער שטארק ארויסגעטרעטן קעגן די מצות וואס מהאט געבאקן אין בראדוועי, אז סהאט זייער אסאך גערעגענט און די מצות זענען זייער נישט גוט ארויסגעקומען

[ביי די וועי, ר' טורדוס זלבער האט היי יאר נאכן געבאקן די מצות געהערט אז סאיז געווען שרעקליכע פראבלעמען און ער האט איבערגעבאקן אלע זיינע מצות נאר מיט אריזאנע ווייץ, אפילו דער שטריק אליינס האט גענוצט פאריעריגע ווייץ]



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 16:38 לינק ישיר 

א יונגערמאן פון לעיקוואד האט מיר פארציילט אז ער מיט נאך א גרופע בני תורה פון לעיקוואד און פון פלעטבוש זענען געגאנגען באקן היי יאר אין פאפא צעהלים און פארן באקן רעדענדיג מיטן מנהל בית האופה איבער די ווייצן וועלעכע איז מהודרדיגער לאנג איילענד צו אריזאנע האט ער זיי געזאגט בני תורה אזוי ווי ענק זאלן היי יאר חלילה נישט צורירן צו קיין לאנג איילענד ווייץ סאיז פיל מיט אזאנע שאלות אז בני תורה דארפן שטיין ווייט דערפון

און דערפאר האבן זיי טאקע געבאקן אין "פאפא צעלים" היי יאר מיט אריזאנע ווייץ

יעצט ווארטן מיר אז דער נפל זאל ברענגען עפעס קראנטע אינפא. פון זיין פאפא צעלים שוואגער...


תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 08/04/2010 16:39:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 07:20 לינק ישיר 

אני הקטן האב היי יאר גענומען ווייץ פון פאפא פון אריזאנא, די ווייץ זענען געוועהן פון פאר א יאר, צוליב דעם וואס זיי שניידן געווענדליך איינמאל פאר צוויי יאר, און היי יאר וואקסט טאקע שוין פרישע ווייץ אין אריזאנא פון די קומענדיגע צוויי יאר,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 04:09 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
שתי שאלות:

פארוואס האט מען היי יאר קיינעם נישט אריינגעלאזט ביים שניידן די אריזאנע ווייץ?

פרוואס האט קהילות פאפא-צעהלים נישט גענומען פון די אריזאנע ווייץ היי יאר?



א) מ'העמיר זיך נישט טענה'ן איצט צו ס'איז אמת אדער נישט,
אויב ס'וואלט געווען אמת וואס דו זאגסט, איז די תירוץ ווייל ס'איז זיכער פיל מיט מצומחות, ניין?...
דו מיינסט אז ווייל מ'לאט דיך אריין אין בית השחיטה מוז מען ענק אלע אריינלאזן ביז'ן דיינונג רום?!..
אז מ'גיט דיר א פינגער ווילסטו א האנט..

די אמת'ע תירוץ איז ווייל מ'האט נישט געוואלט צולאזן קיין שום מגע ומשא פון בראדוויי וכל כת דילי', ווער ווייסט אויף וואס עטס זענטס אלס עלול.


ב) פאפא-צעהלים שניידט איינמאל אין אריזאנע ס'זאל זיין גענוג פאר צוויי יאר כדי דער בודזשעט זאל זיין אנגענעם, און געוויס האבן זיי געטיילט כשר'ע אריזאנע ווייץ פאר אחב"י.

און דיר וויל איך פרעגן, וואס האסטו געטון בשעת מען האט געמאכט הבדלה אינמיטן פסוקי דזמרה? רח"ל.



תוקן על ידי הערטס_צו ב- 08/04/2010 04:17:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 03:08 לינק ישיר 

ווען די וועסט פארעטערפן פארוואס הגז"ל האט געהאט פאריעריגע ווייץ וועל איך דיר אלעס פארענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 02:52 לינק ישיר 

שתי שאלות:


פארוואס האט מען היי יאר קיינעם נישט אריינגעלאזט ביים שניידן די אריזאנע ווייץ?

פרוואס האט קהילות פאפא-צעהלים נישט גענומען פון די אריזאנע ווייץ היי יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 01:54 לינק ישיר 

סטעלט איין נקודה האסטו פארגעסן

ר' זישא כ"ץ דער אזויגעריפענר בעל המכשיר ביי די זאלי'ס האט אנגעהויבן צי פילן די היץ היתכן הגז"ל מיט די עליט האבן באקומען אנדערע ווייץ האט ער ארויס געלאזט אן אימגעליגענע ספין מיט טירוינער בראדערס יאנקל ברוך מיט אנשיל אז די קאמביין מאשין האט צי האקט די ווייצלעך אבער אין אמת'ן איז דגי ווייץ גוט

ר' זישאעלע מען זעהט די קענסט ווייץ א ווי חינוך, דער קאמביין צי האקט נישט קיין ווייץ קיין איינער אויסער די זאליס האט דער קאמביין נישט צי האקט די ווייץ
נאר אז מען שניידט די ווייץ א טאג נאך א רעגן באקומעט מען אזאנע שאלה'דיגע ווייץ

איין זאך קען מען זיין זיכער, היי יאר ווען די זאליס גייען שניידן ווייץ היי יאר, וועט א יעדער חדר יונגעל וויסן פינקטליך
וועלכע טאג מען גייט שניידן, די וועטער פין דריי טעג בעפאר אין דער נאך.
אין ס'וועט זיין 3D פיקטעשרס דערפין אין דער איד

אבו מען זאגט אז די רבי טוט נישט אויף ער וועט מאכן די זאליס פאר יודען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 01:14 לינק ישיר 

פאר איך גיי ארויס ברענגן דעם צוויי פאכיגען שטורעם וואס דעם רבי'נס דברות קודש האט אנגעמאכט אין די זאלי לאגער
וויל איך ארןיס ברענגן א קליינקייט

ביי כלל ישראל האט מען  אייביג געוואסט אז ביי עילוי'שיע קעפ האט  זיך געקענט טיילמאל ארויס כאפן שארפע ווערטער
אין מען האט דעמאלס געוואסט אפילו ווי הייליג זיי זענען דאך דארף מען מי וויסן אז ס'איז געזאגט געווארן בעידן רחיתוא
ווי ביים פריעדגען דור איז געווען דער אסטראווצער גאון דער מונקאטשער רב דער ראגטשבוער גאון אין אפילו די רבי ז"ל
וואס האט זיך כמה פעמים ארויס געכאפט גאר שארף קעגן א געוויסע זאך.

די רבי שליט"א איז אין דעם חדר א שארפען קאפ אין קען זיך ארויס כאפן גאר שארף אין אויף אן עילוי קען מען אויף דעם נישט פרעגן
אה"נ דער שאמרמארשער מיט ר' זלמן לייב פילעף זיי זענען מער בניחותא

זייט די רבי שליט"א האט גערעדט חול המועד איז געווארן א צאנאמי ביי די זאליס
די זאלי'ס זענען געוואיר געווארן אז ס'הערשט ראסזיעם אין גרויסן ביי זיי, אין ס'איז דא צוויי קלאסן ביי די זאלי'ס

איין קלאס איז ר' זלמן לייב, ר' משה יאזאפוויטש ובניו, דער מעליצער ובניו ,בני ר' נתן יוסף ע"ה, אין די כולל יונגעלייט
 וואב זיי האבן באקומען ווייץ פין פאריאר וואס איז ווייניגער מצמחות

אין די צווייטע קלאס איז די פשוט'ער קארטאפל ציבור וואס זיי האבן באקומען די היי יעריגע פרבלאמטישע ווייץ .

נישט אומזיסט האט לייביש יאקאבוויטש ( פין ראסס ) געשריגן שביעי של פסח אין בית מדרש היתכן ר' זלמן לייב האט באקומען פאריעריגע  ווייץ אין האט אויס געפירט פין דעם איז משמע אז ר' אהרן איז טויזענט פראצענט גערעכט

די צווייטע זאך וואס די זאליס זענען געוואיר געווארן
אז דעס וואס ר' אהרן שרייט יאר איין יאר אויס אז ווייץ וואס זענען מצוחמות זענען א פראבלעם פין חמץ
האט זיך ארויס געשטעלט אלץ קראנט והא ראי' די בעסערע קלאס האט באקמוען אנדערע ווייץ

די צוויי זאכן שלאגט די זאליס אין קאפ אין קען עס נישט מוחל זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:46 לינק ישיר 

נפל,

-די אהרוינים האבן געשניטן די ווייץ "אין זעלבן פעלד" און "אין זעלבן טאג" ווי די זאליס
-אלע אריזאנע מיירעס האבן זיי אריינגעמישט א געוויסע פראצענט ניו יארקע ווייץ
-פאפא האט שוין דאס יאר נישט גענציט אריזאנע ווייץ

באק ווייטער, נאך מ'ענטפערט איינס, באק שוין א צווייטע, וויאזוי האסטו נאר עדות געזאגט אויף יענעם ''ער איז א געריבענער''






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 22:18 לינק ישיר 

טוט זיך אויף טישן און אויף בענק, יא אינטערנעט נישט אינטערנעט, די זאליס האבן געכאפט א ווארט, און פארטיג, און ממילא ווי באלד די רבי האט געזאגט אז ווער עס האט די כלי קען עס אליין נאכקוקן, מוז זיין אז לאנג איילענד ווייץ איז הונדערט פראצענט כשר!!!

נייפעלע, לאז מיר עס מאכן גאנץ קורץ, נישט פאר דיר, נאר פאר עס וויל וויסן.

 

קודם וועלן מיר מעתיק זיין דברות קדשו

איך וועל ענק זאגן דעם אמת, לולא דמסתפינא, העט איך געזאגט, טייל מצות אויף פסח איז סאך ערגער ווי די קאקא, ווען מען זאל וויסן וואס מיינט שניידן ווייץ אויף פסח, וואסערע פראבלעמען ס'איז דא ביי קצירת חיטים אויף פסח, ס'איז היי יאר געווען, דעם זומער, א ספעציעלע רעגנדיגע זומער, איך בין ארויס יעדן טאג זומער און איך האב געקוקט, ס'רעגנט שוין ווייטער, ס'איז געווען אינמיטן זומער, מען האט געדארפט שניידן ווייץ, יעדן טאג וואס איז געווען די צייט פון שניט האט גערעגנט, איך האב דעמאלטס געוואוסט אז ס'וועט זיין עגמת נפש מיט ווייץ אויף פסח.

איך דארף אייך נישט זאגן, די לעצטע פאר יאר, האט מען געמאכט א טומל מיט אונזער ווייץ, היי יאר איז שטיל, אפשר קען עמיצער מסביר זיין פארוואס איז שטיל, ווייל ס'איז נעבעך גרויסע צרות, דאס איז דער תירוץ, פאר די גאס, איז יאכלו ענוים וישבעו, מען מאכט א שווייג פון אלעם, איך האב זייער מורא אויף די מצות, אז ס'איז דא צווישן די ווייץ, חיטים מבוקעות מצומחות, און דאס איז חמצ'דיגע ווייץ, און אז מען מאלט עס אריין, איז עס חמצ'דיגע מעל אויסגעמישט מיט די פסח'דיגע מעל, און דאס גארנישט אזוי פשוט.

דער אייבערשטער זאל האלטן די האנט אויף יעדן איד, מען זאל נזהר זיין פון יעדע משהו חמץ, אלע אידן.

איך וויל בעטן, איך רעד יעצט צו צו יעדן איד, היינט איז דא מכשירים, איך דארף אייך נישט זאגן, יעדער איינער ווייסט, עס איז דא מכשירים, זאל זיך יעדער איד נאכפרעגן, ווען האט מען געשניטן די ווייץ, וועלכן טאג, א דאטום, ווען האט מען געשניטן די ווייץ, און אויף וועלכן פלאץ, ווי האט מען געשניטן די ווייץ, און וועלכען טאג, און זאל ער ארויפגיין - ס'איז דא מענטשן, נישט יעדער האט די כלי, אבער ווער עס ווייסט מען קען היינט נאך גיין, וויפיל טעג האט גערעגנט פאר מען האט געשניטן די ווייץ, איך בין מכבד יעדן איינעם, יעדער איינער קען עס נאכגיין, מען קוקט דאס נאך למפרע, ווי אין יענע יענע שטעטל, ווען האט גערעגנט דארט, וויפיל טעג האט גערעגנט דארט, וויפיל טעג האט גערעגנט פאר מען האט געשניטן די ווייץ, מען קען קיינעם נישט פארקויפן קיין מעשיות, נישט פארקויפן קיין באבקעס, יעדער איינער זאל נאכקוקן און זיך גיין אינטערעסירן, ווען מען קויפט מצות, ווי האט מען געשניטן די ווייץ און ווען האט מען דאס געשניטן, וויפיל רעגן איז געפאלן איידער מען האט דאס אפגעשניטן, זאל עס יעדער גיין נאכקוקן, איר וועט בלייבן איבעראשט, וויפיל דעם זומער האט גערעגנט.

 

יעצט קודם וועל מיר נאכאמאל גרינטליך איבערקוקן די דרשה פון רבין און עס אנאליזירן.

קודם וועלן מיר פרעגן 5 קשיות

1) איז דא געזאגט געווארן איין ווארט אז די מצות זענען חמץ?.

2) איז דא געזאגט געווארן איין ווארט אז מען טאר עס נישט עסן אום פסח?

3) איז דא געזאגט געווארן איין ווארט אז מען מיינט נאר די זאליס?

4) ווען דער רבי האט מיט ווייטאג געקוקט יעדן טאג ווי ס'רעגנט, האט אים וויי געטון צו די זאליס וועלן האבן מצות צו נישט, אדער האט ער געקוקט וועגן די לאנג איילענד ווייץ וואס קהלתינו הק' האט געשניטן פאר ווער עס האט נישט געוואלט צאלן טייערער פאר אריזאנא ווייץ?

5) ווען דער רבי זאגט "איך האב דעמאלטס געוואוסט אז ס'וועט זיין עגמת נפש מיט ווייץ אויף פסח" מיינט ער די זאליס, אדער ער מיינט אונז?

 

דער תירוץ איז זייער פשוט

דער רבי האט עס געזאגט במשך חוה"מ און די צווייטע טעג יו"ט פאר עטליכע אידן, ס'איז קלאר אז על פי הלכה מעג מען עסן די לאנג איילענד מצות, ס'איז דא הלכה ס'איז דא א שולחן ערוך, די חיטים מצומחות זענען בטל געווארן קודם זמן איסורם, און ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם.

אבער איז דיר גוט טרוקענע הלכה, אן קיין הידורים, זיי וויסן אז די קאקא איז דיר אויך גוט, דאס ערגסטע וואס מען האט געזאגט איף די קאקא איז אז ס'איז אריינגעמישט מעל, נו, דאס איז אויך בטל געווארן קודם זמן איסורם.

אלא מאי, פארוואס האט די רבי גערעדט חוה"מ?

פשוט, מוצאי יו"ט האט אים עמיצער דערציילט פון די איבערקערניש וואס איז געווען ביי די זאליס, די מעשה מיטן אראדער רב ועוד ועוד, דאס מיינט אז אפילו די אייגענע האבן עס אויך נישט געוואלט נעמען, און אז הגז"ל אליין האט גענוצט פאר א יעריגע ווייץ, (און באמת וואס איז געווען ביי אונז?, איך (דער שרייבער פון די שורות) ווייס נישט, קען זיין דער רבי ווייסט אויך נישט, ער איז נישט געווען ביים שניידן, במציאות האט מען אבער פון קיינעם נישט געהערט (פון די וואס קלויבן) אז ס'זאל זיין אזוי געפערליך מער ווי א צווייטע יאר) און דערפאר האט דער רבי געפילט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן צום עולם, און ארויסברענגן דעם ענין, וואס תמצית דבריו איז "ווער עס איז א מהדר במצות זאל קויפן אריזאנא ווייץ".

ושמעתי אז דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט פאר ר' אייזיק לעווי מנהל בית האופה קרית יואל, אז ער האפט איבער א יאר זאל ביי אונז זיין "כולו מצה", דאס מיינט אז ער וול מען זאל נעמען נאר אריזאנא ווייץ, גענוג געווען מיט די לאנג איילענד ווייץ. והסיבה פשוט, ער האט פאריאר געזען דעם שווערן זומער, און יעצט פסח האט ער געהערט ווי געפערליך ס'איז געווען דער שניט, און אויב קען מען נעמען פון אריזאנא אלע ווייץ, וואס דארף מען זיך אריינלאזן אין פקפוקים?, אויב איינער וועט דוקא וועלן "מהדר" זיין צו עסן ווייץ וואס די רבי ז"ל האט געגעסן (וואס ביי אים האט מען עס געקליבן) וועט ער קענען קויפן אין בראדוויי.

ולסיום, א ווארט צו די קליינע קינדערלעך:

פארוואס מען האט אראפגענומען די ווערטער פון רבין ווי ער איז מכבד צו קוקן אויף די כלי? ביסט מכובד אנצורופן די מנהלי "קול סאטמאר" נישט קהל און אוודאי נישט די רבי איז אחריות וואס זיי לייגן ארויף און וואס זיי נעמען אראפ.

נאך א ווארט, במציאות האט נישט וויליאמסבורג און נישט קרית יואל געהאט מער אריזאנא מצות זונטאג פאר שבת הגדול, ואני עדות לדבר, ווען איך בין געווען ביי ביידע (איין פערזענליך און איין אויפן טעלעפאן), אז א ניק שרייבט אז חוה"מ איז יעדער געלאפן קויפן אריזאנא מצות, איז אויך קיינער נישט באחריות דערויף.

 

האטס מיר אלע א געזונטן זומער

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:12 לינק ישיר 

"וואסער ביים שניט"????? הזאת נאמי? פארדעם דארף מען גיין ביז אריזאנע?

אויב שוין דערמאנט פאפא, קענסט אפשר פארציילן פארן ציבור דעם סוד פארוואס פאפא האט שוין דאס יאר נישט גענציט אריזאנע ווייץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:12 לינק ישיר 

סתם צו ענפערן שקרים איז נישט דא אפי' די צייט ווייל יעדע סקונדע ווערט באשאפן נייע שקרים,
לאמיר זיך האלטן צום פוינט, דער רבי איז נישט דא געקומען אראפ רייסן בראדוועי פארן מכשיל זיין דעם עולם מיט חמץ, ווייל ווען יא וואלט ער דאס געזאגט שבת הגדול אדער א וואך פאר יו"ט כדי דער עולם זאל זיך צוריק האלטן פון קויפן דארט,

דער ציל איז געוועהן אויפצוקלערן דעם עולם אז מ'זאל זיין וואך און עלערט ווען עס קומט צו כשרות, נישט נעם סתם ווייץ מן השוק און פארלאז דיך אז מסתמא איז עס גוט, פרעג דיך נאך ווען האט מען דאס געשניטן, וויפיל טעג נאך א רעגן, פשוט האלט די אויגן אפן ווען עס קומט צו כשרות, ווער עס הערט די גאנצע דרשה זעהט אז דאס איז די המשך הדברים, ער רעדן פון כשרות בכלל, און ניצט דעם פרט,

אבער אפי' אין דעם פרט, משל למה הדבר דומה,
א מלמד זאגט פאר משה'לע זונטאג, קוק אריין און הער אויס ווייל אז נישט וועסטו נישט קענען, מאנטאג נאכמאל קוק אריין אין חומש ווייל דו וועעסט נישט קענען, דונסטאג חוזר חלילה, מיטוואך, דאנארשטאג די זעלבע זאך, דער יונגל ווערט נערוועז יעדן טאג מוז ער מיר זאגן די זעלבע זאך?, ס'קומט למעשה פרייטאג דאס יונגל קען נישט ביים פארהער, דער מלמד הייבט אויף דעם קול "איך האב דיר געזאגט אגאנצע וואך קוק אריין און הער אויס" איצט קוק דיך אן, דו קענסט נישט, דער ינוגל ווערט ברוגז וואס שרייסטו אויף מיר....

הנמשל מובן, דער רבי שרייט שוין עטליכע יאר, ס'איז דא א פראבלעם מיט ווייץ, מ'טרעפט מצומחות און מ'איז דאס מבטל מיט שישים (מצומח איז טייטש א עכטע חמץ'יגע ווייץ'ל פונקט ווי א ברעקל ש"ש בילקע...) און ס'איז דא א עצה אין אריזאנע רעגנט נישט ס'איז נישטא דעם פראבלעם, ער שרייט זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, די ליצני הדור לאכן אפ, אריזאנא אריזאנא מיט א געשפעט, כאילו ער איז אין די ווייץ ביזנעס, ער וויל סך הכל אז אידן זאלן האבן מהודר'דיגע ווייץ,

היי יאר איז פרייטאג ביים פארהער, ווי דאס יונגל איז דורכגעפאלן ער קען נישט דעם חומש, קוק דיך אן, אגאנצע וואך האב איך דיר געווארנט און יעצט קענסטו נישט, איך שריי שוין אזויפיל יאר און דו לאכסט מיר אויס, היי יטאר זעסטו בחוש וואס איך מיין, קוק אן דיינע ווייץ ווי שטארק מצומח ס'איז, איצט ווער נישט ברוגז היתכן דו זאגסט מיר מוסר, יא יא פון דעם האב איך גערעדט אלע יארן, דו האסט מצומח'דיגע ווייץ, און היי יאר זעסטו דאס בחוש און קלאר,
סך הכל עטץ זענטס דורכגעפאלן ביים פארהער און זיי שטיל,

קיינער צווינגט זיי נישט צו ניצן אנדערע ווייץ, קיינער צווינגט זיי נישט צו הערן די דרשה, מ'רעדט דא פון פלעינע פאקטן, ווער עס פארשטייט אז א קעיק וואס האט קאקא האט מען ארויסגעווארפן ערב פסח ווייל אפשר איז דא מעיל, דאס איז נאר א אפשר, מצומח'דיגע ווייץ איז א וודאי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 21:33 לינק ישיר 

גיטע נייעס

יעצט געהערט אז דער דראגער קומט ארויס מיט א פרישע חיבור, ווי דער אלטער שקרן גייט אויפווייזען אז אין לאנג איילענד האט קיינמאל נישט גערעגנט...

האלט אייך דעם אטעם.... (ווער עס האט שוין געבליקט די אלטע אשל ברמה'ס פארשטייט פין וואס מ'רעדט נעבעך)

אגב, געדענקט איר ווען די פורץ גדר ומסרב לדין הרב י' מארגענשטערן האט געזאגט איז די וואסער אין אריזאע איז געזאלצען..... בו בזמן וואס אלע אנוועזענדע רבנים ווי דייני ורבני ק''ק סאטמאר בראשות רבינו שליט''א, ראה'כ וויזניץ מאנסי, דומ''ץ פאפא ב''פ, אב''ד שערי אורה וכו' האבען פארזיכט פין די וואסער בשעת זיי זענען דארט געווען ביים שניט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 20:52 לינק ישיר 

על כגון דא נאמר: מיט א ליגענער טענה זיך נישט.

פאר ווער עס וויל וויסן ווייסט וואס ער האט געזאגט. ער האט געזאגט אז "זיי" (בראדוועי) האבן געשניטן א טאג פריער.
נאר אויך אין די טאג וואס אונז האמיר געשניטן זענען געווען נאך אנדערע (קרעסטיר ועוד).
(די וועלט שטייט נישט נאר אויף בראדוועי.)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 20:36 לינק ישיר 

בארא זעט אויס די האסט נישט געהארט די "אינטערוויו פון סימאן" ער זאגט אליינס אז די זאליס האבן געשניטן אין זעלבן טאג עטליכע שעה פריער בלשון קדשו בערך "ווען מיר זענען אנגעקומען זענען זיי שוין געווען דארט ווייל זיי האבן שוין א קאנטראקט מיטן פעלד פון יארן צוריק, האבן זיי געשניטן קודם. דערנאך האבן מיר געשניטן".

בנוגע וואס די פארקויפטס בשם "ענקערע מענטשן" און "מפי השמועה" בכגון דא נאמר "קויפט נישט אלע באבקעס"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:28 לינק ישיר 

און בנוגע די טאג פון שניידן די ווייץ, קר"י האט געשניטן דינסטאג, און בראדוועי האט געשניטן מאנטאג. דאס איז די טרוקענע פאקט.
און בד"וו, קרית יואל איז געווען אויפן פעלד מאנטאג אויך, אבער מען איז אהיימגעקומען מיטן ענטפער אז די ווייץ זענען נאכנישט טרוקן.

און בנוגע וועגן ווען די רבי האט זיך דערוויסט וועגן די פראבלעמען אין בראדוועי, איז די תירוץ: מוצאי יו"ט. אזוי האב איך געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט מפה קדשו ביי א שמועס אין ביהמ"ד.
יא, יעדער האט געוויסט אז עס האט גערעגנט און ס'איז געווען א שווערע שניט, אבער דאס אז הלכה למעשה איז געווען א ריזיגע פראצענט מצומחות אין ענקערע ווייץ, וואס אויף דעם זענען מעיד ענקערע מענטשן, און - מפי השמועה - אויך רש"ל וו"ב, דאס איז געווען נייעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוראדיגע דרשה פון סאטמאר רבי וועגן מצה און שחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext