ווי באקאנט פאר יעדן שאינו יודע לשאול זאגט מען מוצאי שבת ביי הבדלה דעם פסוק "עזי וזמרת י-ה ה' ויהי לי לישועה" און ביי די שירה זאגט מען "עזי וזמרת י-ה ויהי לי לישועה" און מען זאגט נישט ה'.
עס טוט מיר זייער וויי אז מ'ברויך ווידעראמאל פארהאלטן דער נועם המידות פאר אזעלכע אומווערדיגע מעשים, כידוע איז ער שוין א נודע לשמצה מיט אט דעם לויזקייט ווען עס קומט צו שמות לבטלה, ווער געדענקט דען נישט ווען ער האט געבויט א גאנצער פלפול אויפ'ן אייגן פאבריצירטן פסוק, השיבני ה' א . ל . ק . י . ךונשובה?...
ווילן מיר תושבי וויליאמסבורג זאגן: אז דו ווילסט פיטערן דיינע בהמות פסח מיט חמצ'דיגע ווייצלעך, דארפן מיר גארנישט טון חוץ זיי מודיע זיין, אבער אויף צו מזלזל זיין מיט'ן נאמען פונ'ם אויבערשטען וואס דאס קען חלילה שאטן פאר דער גאנצער שטאט זענען מיר געצוואונגען צו נעמען שריט עד הסוף!!
דעריביר זאגן מיר: נאכאיינמאל מיר וועלן געוואויר ווערן אז דו ביזט ווידעראמאל דורכגעפאלן מיט "השם לבטלה" וועלן מיר זיין געצוואונגען דיר ארויסטראגן פון וויליאמסבורג מיט חרפות און בושות!!
דער רבי שליט"א האט ב"ה געזאגט א הערליכע דרשה וכבודו במקומו מונח, אז דו ווילסט שטארק וועסטו עס טרעפן אין די קונטרס חידושי תורה וואס ווערט ארויסגעגעבן מידי שבת בשבתו.
און מאך נישט קיין טעות, עס קומט זיך קיינער נישט פארמעסטן מיט די גאונות וואס ר' אהרן האט צוזאמגעווארפן אין די היי-יעריגע דרשה, דער דרשה מיט איר בעל דרשן וועלן בלי שום ספק אריינגיין אין די וועלטס היסטאריע אלס שענסטער און בעסטער וואס איז נאר פארהאן... די פראגע איז נאר וואס האט ענק אזוי געעגבערט אז איר האט געשפירט פאר וויכטיג אראפצונעמען די -שוין ארויפגעלייגטע- דרשה פון דעם האטליין.
אז די זשאוק פין פאריאר איז נישט געלונגען פראבירט מען נישט נאכאמאל
דער רבי שליט"א האט ב"ה געזאגט א הערליכע דרשה וכבודו במקומו מונח, אז דו ווילסט שטארק וועסטו עס טרעפן אין די קונטרס חידושי תורה וואס ווערט ארויסגעגעבן מידי שבת בשבתו.
און מאך נישט קיין טעות, עס קומט זיך קיינער נישט פארמעסטן מיט די גאונות וואס ר' אהרן האט צוזאמגעווארפן אין די היי-יעריגע דרשה, דער דרשה מיט איר בעל דרשן וועלן בלי שום ספק אריינגיין אין די וועלטס היסטאריע אלס שענסטער און בעסטער וואס איז נאר פארהאן... די פראגע איז נאר וואס האט ענק אזוי געעגבערט אז איר האט געשפירט פאר וויכטיג אראפצונעמען די -שוין ארויפגעלייגטע- דרשה פון דעם האטליין.
אפשר זעהסטו צו טוהן עפעס אז איינער זאל רעדן פון די דרשה? אפשר לייגסטו עס ארויף ערגעצוואו אויף א טעל נומער, להשקות הצמאים? אדער אפשר שרייבסטו כאטש אראפ די הויכפונקטן פון די דרשה?
יישר כח למפרע.
נשלח ב-7/4/2010 21:20
יעצט קומט א באריכט אז די חסידי מהרז"ל האבן אראפגענומען פון זייער האט-ליין דעם שטיקל פון עזי וזמרת יה נאכער וואס דאס האט געברענגט שרעקליכע בזיונות פאר זייער רבי'ן.
קוועלער געבן איבער אז אין די טעג וועט הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד געבן א אונטערוויו פארן "משפחה" מאגאזין וואו ער וועט מסביר זיין פונקטליך וואס איז געווען די כוונה פון רבינ'ס ווערטער. האלט אייך געשפאנט עס קומט פרייליכע טעג...!