זאלי'ס ווילן אפשפארען ביהמ''ד ''בית יואל'' אין וומ''ס
ווי באקאנט גייט אן אין וומ''ס א לענגערע צייט דער ביהמ''ד בית יואל אין בנין עסטערייכער אויף ווייט עוו' לעבן ביהמ''ד הגדול דקיט''ל
דער ביהמ''ד איז געגרינדעט געווארען, נאכדעם וואס די שמייליגע בני יואל האבען אן קיין שום בושה ציגעשפארט דעם פריעדיגען ביהמ''ד בית יואל דורך ערכעות - (קהל האט דעמאלטס געבעטן זיך צו שטעלן לדי''ת אין פארשטייט זיך, וואס דער ענטפר איז געווען) אין הויז פין רביה''ק ז''ל אויף בעדפארד עוו'
אלע ספרים זענען איבערנאכט געווארען ארויסגעווארפען אין גאס, דעמאלטס איז ב''ה נישט בייגעפאלען פאר קיינעם אז מ'קען מאכען א פראפגאנדע מארטש מיט די ס''ת.
עכ''פ, דעמאלטס האבען זיך אלע מתפללים צאמגענומען אין מ'האט געגרינדעט דעם ביהמ''ד בית יואל אין בנין עסטערייכער, ווי עס גייט אן די לעצטע פאר יאר, אינטער די השפעה פין הגאון אב''ד פריימאן וראב''ד התאחה''ר אין הג''ר שמעי' גרינבוים שליט''א.
אבער דא האט זיך עס אנגעהויבן, וויבאלד רוב מתפללים ובראשם הרבנים הנ''ל גייען נישט אין שפאן, האט זיך אנגעהויבען אלע מינע שטיקלעך מצד די זאלי'ס צו זעהן דעם ביהמ''ד ציגעשפארט.
יעדע'ס פאר וואכען פלעגן זיי אוועקגעבן אדער פארדינגען דעם ביהמ''ד פאר א יאוואזשנע וכדו' אין צייט וואס זיי האבען געקענט פארדינגען אסאך בעסערע לאקאלען, אין די בימה''ד האט זיך געמיזט אריינצוען אין עס א קלאס צומער פין די ארטיגע העד סטארט,
אבער זינט יאוואזשנע האט אפגעקויפט ב''ה א אייגען ביהמ''ד האט זיך אנגעהויבן עמטיליכע פארלאנגען אפצושפארען דעם ביהמ''ד, די ניגון איז געגאנגען עמטליך אז די מוסדות וויל נישט באצלען פארן' אפען האלטען די ביהמ''ד.
(עס איז כדי צו באמערקען אז די שוין די וויפילטע רשעות אין גניבה קעגן דעם נדבן ר' יונה עסטערייכער, וועלכע האט זיך קלאר אויסגענומען בע''פ אז דער בנין זאל ווערן באנוצט פאר א מקום תורה אין נישט צו פעמפערן נורסערי אן העד סטארט מיידלעך, די ערטשע יארען איז טאקע געווען דארט פלאצירט די ישיבה קטנה, ביז מ'האט מעיז פנים געווען פאר דעם נדבן)
דערווייל האט די ביהמ''ד גענטפרט אז הגם די ביהמ''ד איז אינטער קהל, אין זיי דארפען ווען דארט געלאזט ווערען פינקט ווי די אנדערע בתי מדרשים וועלכע זענען אין בנינים וועלכע געהערן פאר 82, דאך וועלן זיי אנהויבן צו צאלען רענט,
ווי הרה''ח ר' בערל יאקאבאוויטש מראה''ק דקיט''ל צאלט א גרויסע חלק פין די חודש'ליכע רענט, דערווייל זיכען זיי א צווייטע וועג וויאזוי ענג צו מאכען דעם ביהמ''ד יעדע פאר וואכען קומט מען אויף מיט א פרישע פיסלעך.
עס איז כדי צו באמערקן, אז דאס איז שוין נאכדעם וואס דער ארטיגער שמש איז א אויסגעשפראכענער זאלי'ס, דאך וויבאלד די שיינע יודן דארט אין רוב מתפללים גייען נישט אין שפאן, ספעציעל אז דארט קענען יעדע סאטמארע יוד באקומען אן עלי' וכו', שטעכט זיי דאס אויס די אויגען.
ונזכה ונראה...
 |
|
|