בית פורומים כל העולם כולו

זאלי רבנים טעראר: ר' שמעי' גרינבוים שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/4/2010 23:43 לינק ישיר 
זאלי רבנים טעראר: ר' שמעי' גרינבוים שליט"א

הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים שליט"א האט דעם צווייטען טאג יו"ט אחרון של פסח געדארפט זאגן א דרשה בעניני יו"ט אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר הופער, עס איז שוין געמאלדען געווארן דערוועגן פאר יו"ט, חול המועד האט אים אנגעריפען אברהם בער יאקאבאוויטש דער יד ימינו פון רז"ל, אז ער וויל אים איבער געבן די באשלוס פון זאלי קהל און רז"ל, אז טאמער ער גייט רעדן דארט, דעמאלס גייט אים די זאלי קהל סטאפען זיין געהאלט, און נישט לאזן מער זאגן קיין שיעורים אין ראדני.

עקסטער האט אים אנגעריפען חיים יצחק מאנדל פון 82, אז טאמער ער גייט רעדן אין הופפער גייען זיי אים אוועק נעמען זיין באנגעלאו אין לפידות קאנטרי וואס ער האט עס שוין דארט איבער 30 יאר.

יא אזוי קוקן די אויס די זאליס, ווער געדענקט נאך זייער ניגון נועם המדות... נישט דא מער קיין טעראר אויף רבנים... יעדע רב קען טאן וואס מען וויל... מער קיין רבנים טעראר וועט נישט זיין...

דערווייל יעדע מין השחתה און טעראר אויף רבנים טוען די זאליס מיט די גרעסטע אימפעט און רשעות!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 21:43 לינק ישיר 

אויך ר' ארי' לייב גלאנץ האב איך מיך איצט דערמאנט, וואס מען ה אט אים ארויס געווארפן מיט די גערעסטע מאס רציחה און רשעות, ווייל דער שוכן עפר אביגדור יאקאבאוויטש האט אזוי געוואלט.

איז פארוואס ר' שמעי' האט נישט אפגעשניטען "דערווייל" ממש דער זעלבער גורל ווי ר' ארי' לייב צו ווי די אנדערע, נאר די רשעות למחצה ולשליש, קאל אן דיין עם הארץ רז"ל, און פרעג אים, איך קען מיך נישט אריין לייגן אינעם קאפ פון אזא אכזר און עם הארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 21:36 לינק ישיר 

דא איז א פארמעסט ווער עס האט געווארפן מער?
 
די פראגע איז דא, פארוואס איז דער ר' שמעי' נאכנישט געפלויגן, און דו האסט נאר שטערקער געמאכט די קשיא, אויב זענען די זאליס אזאלכע געלערנטע איינגעשטעלטע ווארפער פארוואס האבן זיי נאך דאן נישט ארויסגעשטעלט ר' שמעי' פארן ווילן גיין אויף הופפער?
 
קענסט ווייטער יעצט בויען הרים וגבעות, אבער די דאזיגע ספין איז א דורכפאל, פרוביר עפעס בעסערס קומענדיגע מאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 21:27 לינק ישיר 

ר' שמעי' איז נאך נישט אזוי געפלויגען און אויף געזאגט פון פרנסה וועגן פאליטיק ווי די זאליס האבן געטאן מיט הגאון רבי נפתלי הירצקא צוויבל, הגאון רבי מאיר צוויבל, ר' שלמה זלמן ווייס, ר' פנחס אלימלך ווייס, ר' אייזיק וויזעל, ר' יחזקאל יואל סאמעט, ר' הערשל טעלער, ר' יוסף פראמער ז"ל הי"ד, ר' ליפא שווארטץ ז"ל הי"ד, ר' אשר אנטשיל שווארטץ, ר' דוד הערש מערץ, ר' שלמה שמש, ר' עזריאל יודא כ"ץ, ר' יודל ווערצבערגער, און נאך און נאך און נאך.

דאס איז נאר וואס איך האב מיך דערמאנט אין איין מינוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 21:01 לינק ישיר 

דער נושא מוז זיין זייער ברענענדיג אז מ'האט ר' יונה געמוזט ארויסנעמען פון קבר לכבוד דעם...
 
עס זאגט קיינער נישט אז מ'האט גערופן רבי שמעי' סטראשענען, די פראגע איז וויאזוי וואלטן די אהרונים געהאנדלט אין אזא פאל, און להבדיל דאס נעימת המידות פון צד מהרי"י אז טראץ וואס ר' שמעי' איז -לשיטתכם- א פארברענטע חסיד פון ר' אהרן, איז ער נאכנישט געפלויגן פון זיין פאזיציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 20:52 לינק ישיר 

און פיר אויס

און איצט טראסקענען די זאליס און טעראזירען די אלע רבנים.

גראדע זעהט מען דא די צומישעניש ביי די זאליס איינער שרייט עס איז א מצוה געווען אין צו קאלן, איינער שרייט אז מען האט בכלל אים נישט געקאלט, וכו', באלדט וועט נאך א זאלי שרייבן אז ר' שמעי' איז בכלל נישט געבוירען...

מאכט אפ וואס די מעשה איז.

גראדע אז מען רעדט שוין יא פון ר' שמעי', ברויך ארויס געברענגט צו ווערן אז די זאליס האבן אים פאר 5 יאר צוריק געשניטען זיין געהאלט פון $600, צו $400 און אויך נאר מיטן תנאי אז ער זאגט נאך א שיעור.

פארשטייט זיך אז פון ר' זלמן לייב פילאפף, צו פון ר' ישראל חיים מנשה וואס לערנעט פאר, פאר א מנין אלטע אידן וואס האלב שלאפען דארט, האט מען גארנישט געשניטען.

אבער ח"ו מען טעראזירט נישט קיין רבנים....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 20:46 לינק ישיר 

איך שטוין צו זען דא אז אלע מגידי שיעורים אין ראדני זענען אנהענגער פון ר' אהרן און פארט האלט מען זיי אין ראדני!!!

אויב מיינט נועם המדות "נישט טשעפען רבנים"
אויב מיינט נועם המדות "גוטע מדות"
אויב מיינט נועם המדות "מוותר זיין אפילו יענער טשעפעט"

זענען די פירער "נועם המדות"

ווען די אהרוינים זענען געווען די בעלי בתים האט מען אזעלכע רבנים געטראסקעט ווי הינט רח"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 20:45 לינק ישיר 

הערטס צו


ווען א רבי שטעלט זיך אויף חול המועד פסח און זאגט ברבים אז ער האט שוין געוואוסט זומער אז עס וועט זיין עגמת נפש מיט די מצות אום פסח, איז עס א בושה פאר זיינע חסידים אז א מנהיג האט במשך פון 8-9 חדשים זיך נישט אנגערופן א פיפס און אינמיטן יו"ט ווען אידן האבן שוין געגעסן פון די מצות אזי ער זיי מודיע אז "איך האב שוין געוואוסט דערפון זומער".

אבער למשל ווען א קהל'ס מאן רופט אן זיינס אן איינגעשטעלטן און לאזט אים נישט גיין רעדן אויף אן אנדערן מקום איז קיין שום בושה. אויב ארבעט ער ביי מיר, האב איך דעם רעכט אים צו בעטן אזא זאך. (איך רעדט בלויז טעארעטיש, ווייל למעשה האט קיינער נישט געקאלט הרה"ג ר' שמעי' שליט"א).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 16:30 לינק ישיר 

אין א זייטיגער נאטיץ קלארצושטעלן געוויסע פונקטן

ר' שמעי' איז געווען פון די ערשטע קרבנות פון ר' זלמנ'ס מיט משה פרידמאנ'ס טעראר מאשין ווייל ווי באקאנט איז ער געווען פון די מייסדים פון איחוד התלמידים און דערפאר פלעגט ער אויסשטיין נאכאנאנדיג'ע טעראר און רדיפות פון די רשעים

און ער איז טאקע אפגעזאגט געווארן פונעם כיבוד וואס ער פלעגט לאנגע יארן האבן אז יעדן שבת מברכין פלעגט ער ראש חודש בענטשן אינעם פאליש אין ראדני און בכלל ביי יענעם מנין איז ער געווען דער שיינער יוד און ווייל ער איז געווען פון די גרויסע שטיצער פאר איחוד התלמידים האט מען עס צוגענומען פון עם צוליב'ן נישט גיין אין שפאן מיט ר' זלמעניו דאס איז ניטאמאל א קליין פינטל פון די רשעות וואס פלעגט פארקומען אין א איצטלא פון נועם המדות

ווי באקאנט זייט דעמאלטס דאוונט הרה"ג ר' שמעי' כמעט קיימאל נישט אינעם בית המדרש אויף ראדני צוליב זיין אנגעווייטאגטקייט אויף וואס מהאט געטון און מטוט נאך עד היום מיט עם ער גיבט זיין שיעור דארט ממש כמי שכפאו שד

ווי אויך ברויך דא באטאנט ווערן אז ממש כמעט אלע גוטע מגידי שיעור אין ראדני זענען געשוואוירענע אנהענגער פון רבינו הגה"ק מהר"א ט"ב שליט"א ווי למשל דעם אויבנדערמאנטן ר' שמעי' וואס ראש השנה קומט ער כסדר צו צום דאווענען פון דבין זאל זיין געזונט אין הופער ווי אויך בבי יעדער געלעגענהייט קומט ער זיך אריבער ווארעמען לאורו פון רבינו שליט"א
הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א
הרה"ג קארלסבורגער רב שליט"א פון וויליאמסבורג
הרה"ג ר' קלמן יושע באבאד שליט"א
הרה"ג החסיד ר' מענדל גאלדבערגער שליט"א

ועוד ועוד נאך מערער וואס כגידענק נישט דא אויפן מאמענט

מקען נא אסאך מאריך זיין אין דעם ענין ועוד חזון


תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 08/04/2010 16:33:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 05:36 לינק ישיר 

מ'שטיינס געזאגט, מ'קען שוין דעם ר' שמעי' צולייגן צו די ליסטע פון פעיראל רבנים?!...
 
הערטס צו, צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט האסט מיר צום וויפילטן מאל פאראורזאכט א שמייכל היינט מיט דיינע חידושים נפלאים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 04:59 לינק ישיר 

איז אזוי,

פאר אלעם פיל איך פאר וויכטיג מקדים צו זיין אז בעצם וואלט אזא תגובה'לע קיינמאל נישט באדארפט געענטפערט צו ווערן, ווארשיינליך צוליב דאס רייכע ווי אויך קראנטע אינהאלט וואס זי פארמאגט...

נאר וואס'זשע דען אזויווי איך פרעזענליך האב דאס דורכגעטון מיט הרב ר' שמעי' שליט"א בין איך געצווואונגען דאס מודיע צו זיין.

ר' שמעי' האט מיר געזאגט די ווערטער: גלייב מיר ווען איך וואלט נישט געדארפט צוקומען צו די קרפינקל'ס, וואלט איך מיך שוין לאנג ארויסגעזען פון דא!

עס זעט מיר אויס אז לא אלמן ישראל און מ'האמיר דערוועלט בעלי דרשנים וואס ברויך נישט קאסטן אזויפיל ווי דרוקן א גאנצע חיבור אויף משניות...

און דו קום מיר נישט זאגן ווען מען האט יא געהאנגען צעטלעך און ווען מען האט נישט - ביי מיר אין וויינגארטן, ווייל דו מאכסט פון דיר דאס גענאר... איעדעס דרשה וואס ר' שמעי' האט ביי אונז געזאגט איז געווען מפורסם גענוי ווי די אנדערע, נישט מער.. און נישט ווייניגגער.

און דאס וואס אברהם בער יאקאבאוויטש, מיט חיים יצחק מאנדל, און יעקב הערש ווייס, ווערטשאפן דיר אן בושות, קום נישט צו מיר וויינען. נאר,
ווישט דיר אפ די נאז און גיי ווייטער...

תוקן על ידי הערטס_צו ב- 08/04/2010 05:02:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 02:51 לינק ישיר 

די אהרונים האבן געכאפט א מעכטיגן פראסק פון נישט קיין אנדערן ווי הרה"ג רבי שמעי' שליט"א אליינס.

ומעשה שהי' כל הי':

הרה"ג רבי שמעי' שליט"א האט שוין מער ווי איינמאל פארגעלערנט ביי די אהרונים, אבער ער האט זיך דאס אויסגענומען אז זיין נאמען מעג נישט שטיין אויף די מודעה.

היי יאר האבן די אהרונים יא ארויפגעלייגט זיין נאמען אז ער גייט רעדן אחרון של פסח (צו דאס איז געווען במכוון אדער פשוט בטעות איז נישט קיין נפקא מינה יעצט).

ווי הרה"ג רבי שמעי' שליט"א האט דאס געזען האט ער זיי געמאלדן אז ער גייט נישט קומען רעדן ווייל זיי האבן געבראכן זייער הבטחה.

און יעצט שעלטן די אהרונים.

זענען זיי זיך אליינס שולדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 01:17 לינק ישיר 

דער חצוף יעקב הערש ווייס וואס איז עובר א יעדן טאג אויף כיבוד אב איז אים געגענאגען אז קהל לאזט אים נישט רעדן

פין א מסור געווארן א חצוף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 00:37 לינק ישיר 

די סך הכל איז אזוי די זאליס זאגן דא קלאר אז מען מעג טעראזירען רבנים ווייל אהער און אהין...

אבער ווייטער די סך הכל איז אז מען מעג טעראזירען רבנים, אןון עס איז גאר א מצוה.

און ווי יעדער פארשטייט אליין אז די אהרונים ווען זיי האבן טעראזירט רבנים איז עס פארשטייט זיך נישט געווען די אייגענע רבנים וואס זענען געגאנגען אין שפאן, נאר די רבנים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן אין פילע פון זיי האבן נאך גאר גרעדט און געשריבען אויף סאטמאר.

אזוי ווי די זאליס שרייען דא, מען מעג טעראזירען ווייל ער איז נישט פון אונזערע, ער גייט נישט אין שפאן... ממילא מעג מען זיי טעראזירען, אפילו ער טוט גארנישט קעגן די זאליס פערזענדליך שרייבט נשיט קיין בריוון, האלט נישט דרשות קעגן וכו'.

קומט אויס!

כל שכן, אז די אהרונים האבן געמעגט און עס איז געווען א מצוה גדולה צו טעראזירען ר' אברהם לייטנער ז"ל וואס האט מלחמה געהאלטן מיט סאטמאר און געזאגט אויף מרן בעל ברך משה זי"ע אז ער איז א עבודה זרה ר"ל, קאשוי רב ז"ל וואס האט יעדן מאנטאג און דארנערשטאג געהאט אן אנדערע מלחמה מיט סאטמאר, להבדיל ר' יואליש מארגענשטערן וואס פירט מלחמות מיט סאטמאר און איז געשטאנען אונטער יאשקע מסור, ר' מנשה פריעדמאן וואס אויסגעריסען דין תורה ביי אידן און מתיר געווען בג"ץ, דער מתנחל רז"ל פילאפ וואס אזי געקומען אין בארא פארק פארלערנען מיט לעכט נאכדעם וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען, וכו'

אז פאר ר' שמעי' גרינבוים וואס האט גארנישט געטאן קעגן די זאליס קומט זיך מיתה פארן רעדן ביי די אהרונים א יו"ט דרשה, קומט אויס לויט די זאליס אז פאר לייטנער, קאשוי, מארגענשטערן, פריעדמאן, וכו' קומט זיך סקילה, שריפה, הרג, חנק....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 00:21 לינק ישיר 

מה בני
פאר עפעס א סיבה האט ער עס נישט פארשטאנען אליין........(ער מעג זיך קרוגען מיט דיין גאונישע סברה)

אין ער האט שוין עטליכע מאל אויפגעטרעטן אין סאטמאר, (ער איז נישט די איינציגסטע מגי''ש וואס טרעט אויף אין ביידע שולן)

ביז מ'האט אים געזאגט אז ער קען פאקען פעק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2010 00:20 לינק ישיר 

פארוואס "מוז ער צוקומען צו אונז"? פארוואס טאקע קען ער נישט גיין צו ענק אויף הופפער אפיציעל אויב זיין הארץ איז אזוי שטארק דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי רבנים טעראר: ר' שמעי' גרינבוים שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext