ס'איז געווען אמאל א צייט ווען ליובאוויטש איז געווען א ערנסטער געפאר, זיי זענען געווען ריכטיגע צודי נפשות, מיסיאנערן, און אסאך פארווייטאגטע עלטערן און משפחות האבן געפירט א שארפער קריג מיט זיי, ספעציעל ווען זיי פלעגן אריינקומען אין אין היימישע בתי מדרשים און פרעדיגן זייערע דרשות..
זייט זייער רבי (שליט"א) לעבט שוין נישט, און זייערע משוגעת'ן זענען געווארן גאר מאדנע און אומציענד, איז זייער געפאר אויך פיל שוואכער געווארן, מ'הערט נישט היינט ז איינער איז געווארן "פארכאפט" אין חב"ד, ס'איז נישטא היינט וואס זאל בכלל ציען, מיין איך אז דער געפאר איז שוין נישט אזוי גרויס, אבער דאך זענען די דרכים פון סאטמאר און ליובאוויטש גאר ווייט און אנדערש אז מ'זאל ווערן "פאראייניגט".. בפרט ווען מ'קוקט אויף די עקסטרעם ציוניסטישע מיינונגען וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט..
|
|