דאס איז אן אפענע פראצעדור וואס יעדע פראדזשעקט מוז דורכגיין, און יעדער פראדזשעקט מוז דורכגיין, און יעדער האט די רעכט צו זאגן א מיינונג.
נשלח ב-14/4/2010 19:32
לאעליכם כתב:
למעשה האט זיך יצחק ראזענבערג צוזאמגעשטעלט און חברה'ט זיך מיט די שלעזינגער מוסרים (בעיקר גרשון), סך הכל באצאלט דער באשעפער מדה כנגד מדה און ער איז גע'מסר'ט געווארן דורך משה דוד'ן
פארדרייסט די אשכול מיט א אפגעפרעגטע אויסגעדראשענע טעמע אויב זענען די שלעזינגער'ס מוסרים, איז א שיינע פראצענט פין די פני הקהילה ביי די זאלי'ס מוסרים סוי די גלייב ווייטער קעסטענבוים'ס צייטונגען אין איך גלייב ווייטער הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש שליט''א - נייטרא רב
נשלח ב-14/4/2010 19:40
דוד46 כתב:
וואס קומט דא אריין מסירה?
דאס איז אן אפענע פראצעדור וואס יעדע פראדזשעקט מוז דורכגיין, און יעדער פראדזשעקט מוז דורכגיין, און יעדער האט די רעכט צו זאגן א מיינונג.
ע''פ געזעץ ביזטו גערעכט אבער ע''פ תורה, קוק אריין אין שו''ע די דין פין א מסור ומאבד ממון ישראל ביד עכו''ם
נשלח ב-14/4/2010 21:44
די זאליס דרייען אהין און ווידער אהין און צוריק אז זיי ווערן דיזי
קודם האבן די רבנים געהייסן לוחם זיין, (וועלכע רבנים? רזל פילאפף) נאך וואס דער ר יצחק ראזענבערג האט אסרו חג יו"ט געמאלדן און פארענט פון די קאנסיל קאמיטי אז ער גייט ארויף ביז 28 פערצענט און גיט 60 דירות פון 3 בעדרום האט נאך משה דוד נידערמאן מיטן פעצל ווייזער אויפגעטרעטן מיט די גרעסטע מאס רשעות (נישט גערופן פרעגן קיין שום רב אויב די פסק האט זיך געטוישט)
ווען ביינאכט האט די ספיקערס אפיס גערופן אז מען שטיפט אפ די וואוטס ביז די אנדערע וואך כדי מעל זאל זיך דורכקומען האט ר יצחק ראזענבערג שוין געשיקט א געשריבענע דאקומענט ווי ער גיט צו ביז 30 פראצענט און ער איז מסכים צו בויען עטליכע 4 בעדרום וויפיל ער האט געקענט אריינשטיפן
אויף דעם ארויף האט דער לעווין מיט נידערמאן געזאגט נישטא וואס צו רעדן, אבער האבן מורא פאר א דורכפאל האבן די זאליס מיט באלאנד אנגעהויבן צו שפינען
______________________________________________________________________
קאנפירמד - ברעיקינג: יצחק ראזענבערג ברעכט זיך!!! נעכטן נאכט איז פארגעקומען א אסיפת הרבנים ביי הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א אין שטוב, אויפן פארלאנג פון יצחק ראזענבערג אז די רבנים זאלן אפשטעלן הר"ר משה דוד נידערמאן הי"ו פון לוחם זיין אנטקעגן ראז פלאזא.
די רבנים האבן דן געווען בכובד ראש, און גע'פסק'ט אז ר' משה דוד טאר נישט אויפגעבן די מערכה לטובת דירות פאר אידן.
אויף דערויף בראות יצחק אז ס'איז גרויסע צרות (...) האט ער זיך געבראכן און געקומען צום פארהאדלונגס טיש מיט א פארשלאג אז 33% פון די דירות וועלן זיין לאו אינקאם, און צוגאב וועלן זיי זיין פיל גרעסער ווי לכתחילה געפלאנט, אזוי אויך געט ער איבער די מאנדאט פאר יו.זשעי.או. זיי זאלן פירן די צוטיילן די דירות ווי די גורלות א.ד.ג.
דאס וויליאמסבורגע אידענטום נעמט די בשורה טובה מיט גרויס פרייד, אז עס איז ב"ה געלונגען פאר די געטרייע עסקנים אדורך צופירן דעם געוואלדיגן פראיעקט לטובת אחב"י וואס מאנגלען זיך אין לאו אינקאם דירות.
משה דוד, משה דוד
איך שוין דיך אז פאר גרויליגע שנאה האסטו דיך אזוי פארפאטשקעט דיין נאמען
יארן לאנג וואס דו שפילסט וואוילער מענטש און נאטראלער בעל חסד פאר יעדן איד אפגעזעהן פון וועלכע קרייז
און דא טראך.. דיין מאסקע איז אראפגעפאלן דיין נידעריגע שלייער האט זיך אויפגעדעקט בפני קהל עם ועדה
און נאך דערצו ביסט ארויס א לוזער אין די גאס
דאס מיינט "פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן"..
נשלח ב-16/4/2010 06:28
nuremes שרייבט:
ע''פ געזעץ ביזטו גערעכט אבער ע''פ תורה, קוק אריין אין שו''ע די דין פין א מסור ומאבד ממון ישראל ביד עכו''ם
וואו ליגט דא ממון ישראל? עס איז ליגט בסך הכל "ממון ארטיסטן".
דאס געלט וואס ער גייט "נישט" מאכן איז נישט קיין אידיש געלט, דאס איז שמוציג געלט אויפן חשבון פון אידן.
הרב משה דוד נידערמאן שליט"א האט ב"ה די פולע שטיצע און חיזוק פון אלע רבני העיר וויליאמסבורג, וועלכע באוואונדערן זיין שטארקייט און זיך נישט אונטערברעכן דעם שמוציגן אהרונישן טעראר.
דאס מיינט א ריכטיגע עוסק בצרכי ציבור באמונה!
ער האט באוויזן מיט 14 יאר צוריק צו ערלעדיגן ביים דעמאלסדיגן מעיאר דורכצופירן די ריזאונינג איבער גרויסע טיילן אין וויליאמסבורג, וואס א דאנק דעם האבן הונדערטער משפחות אין ניי-ןוויליאמסבורג וואו צו וואוינען, און ער אזי ממשיך מיט זיין עבודת הקודש.
און דער ציבור איז אים דאס מכיר טובה!
נשלח ב-16/4/2010 06:44
דער גנב נידערמאן האט נישט קיין שום רבנים טאמיר יא פארוואס האבן אים רבנים מתיר געווען שעפיער אין די גרויסע בילדניג ביי סאוט 8., אין די יאקאבוויטש ארסיטען בילדניג.