איך ווייס נישט אויב די באיקאט איז אמת, אבער אסאך מבינים אין יודן וואס טוהן אין כשרות האלטען אין איין שרייען, אויף פארשידענע קולות פין התאחדות לדוגמא, אין די ליין פין ווערים קען קיינער נישט פארשטיין פארוואס התאחדות זעהט קיינמאל נישט קיין ווערים, זיי זענען די איינציגסטע וועלכע געבן א הכשר אויף ראזשינקעס וכו' די זעלבע איז געווען ביי צומות הגידין, ווען התאחדות האט געשריגן אז זיי זעהן נישט קיין צומות הגידין אין אנדערע בתי שחיטה האבען גענומען פין די זעלבע פארעם אין האבען יא געטראפען וכו' כהנה וכהנה וואס דארפט איר מער ווי דעם, אז זיי קענען געבן א הכשר אויף א בית השחיטה וואס ווערט עמטליך געפירט דורך א מסור ומחלל שבת ה''י
די גאנצע וועד הכשרות האט יענע פנים, זייער יערליכע כשרות בוכל וועלן זיי פארקויפן אין 'אלע' קרייזען אין ווען ס'וועט זיך מאכען א טעות וועלן זיי עס נאר אנאנסירן ביי איין קרייז, אין וואס טוט זיך מיט די אנדערע קרייזען? זיי מעג מען מכשיל זיין מיט טריפות אדער חמץ בפסח? די זעלבע מיט אלע זייערע מודעות, האט די פאליטיק די לעצטע ווארט דארט.
וויי פאר אזא וועד הכשרות
לויט ווי עס האלט יעצט שלאגען זיי זיך ארום אפי' מיט די וועד הכשרות פין די זאלי'ס, ווייל זיי בלאקען די זאלי'ס פין מאכען א נייע פראפעגאנדע מילך.
אבער באיקאטען, איז נאך אלס זייער שווער, עס איז פאקטיטש דא אסאך ערליכע קאמפעני וואס האבען התאחדות הכשר, אין זיי קענען יעצט נישט טוישען.
 |
|
|