| נשלח ב-8/4/2010 17:35 |
|
| |
מען האט ניטאמאל גערעדט צו אייך!
אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל!! וויליאמסבורג בפרט און דער גאנצער וועלט בכלל איז נאך אינטערן רושם פון די געהויבענע דרשה פון סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א בנוגע די ווייץ פאר פסח. כלל ישראל פרייט זיך אז די גדולי דורינו האבן געשאפט פאר כלל ישראל גאר מהודר'דיגע ווייץ אנע שום חששות, ווי די רבי האט מסביר געווען פאר זיינע געטרייע אנהענגער די מעלות פון די ווייץ וואס מ'שניידט אין אריזאנע וואס ווי באקאנט האט זיך די רבי אריינגעלייגט ראשו ורבו דערין, און האט ארויסגעברענגט פאר די חסידים, אז טראץ די שווערע וועטער דעם פארגאנגענעם זומער וואס האט געמאכט עגמת נפש פאר די שניט דאהי אין ניו יארק, זעמיר אונז מיט סייעתא דשמיא געהאלפן געווארן מיט אריזאנע ווייץ. כן יעזור ה' להלאה. און פלוצים הערט מען א פרישער קול, און דאסמאל שמעקט עס מער פון א וויינענדיגע, פארווייטאגטע, בעטענדיגע קולכ'ל... דאס קול איז נישט קיין אנדערע ווי דער נועם המידות קרייז! וואס איז? פרעגט מען, הערט מען א בארג מיט טענות: וואס איז מיט ענקערע ווייץ פון לאנג איילענד?!.. וואס איז מיט אינטערנעט?!.. וכו' וכו'...
עד כאן המעשה.
איז מיר שווער צו פארשטיין אזוי, וואס עפעס זענט עטס אזוי פארווייטאגט און פארוויינט, איבער וואס דער סאטמארער רבי האט געזאגט פאר זיינע חסידים?! וואס עפעס שפארט מען איין רבנים פון גרויס ווייטאג?! וואס עפעס דארף מען וועגן דעם הערן א שם ה' לבטלה?! ווי קומט עטס בכלל אריין אין דער בילד?!
מען האט ניטאמאל גערעדט צו אייך!!
קען מען מיר ביטע ענטפערן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 18:01 |
|
| |
וואס פאלט דיר איין אז מען האט גערעדט צו אונז?
דיין מאנראוער צדיקל האט אונז פשוט פארשאפט אן עוגנ יו"ט.
ער זאגט זייער גוט, זאל ער זאגן נאך אביסל...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 18:10 |
|
| |
נו אז מ'פרעגט שוין קען איך דאך אויך פרעגן:
אויב האט ר' אהרן געוויסט פון דעם פראבלעם שוין פון בעפאר פסח, פארוואס האט ער נישט דאן איבערגעקערט א וועלט אז אידן זאלן ח"ו נישט נכשל ווערן מיט קיין "חמץ בפסח" עפ"ל?
איז טאקע דער תאוות הנצחון ביי אים אזוי גרויס אז ער איז גרייט טויזענטער אידן זאלן עסן חמץ בפסח אלעס ווייל ער זאל קענען זאגן ביי די 'אסיפה קללות' אז זיינע אריזאנע מצות זענען מהדרין מן המהדרין און יענעמס איז גאר חמץ?
און אויב איז ער טאקע נאר געוואר געווארן פון די שרעקליכע שערורי' הערשט אים סאמע חול המועד, פארוואס האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג ארויסצוגעבן א פסק דין אז די אלע מצות פון זיין בעקעריי וואס זענען נישט פון אריזאנע האבן א דין חמץ, און מ'טאר דאס נישט נוצן?
תוקן על ידי באלאנד ב- 08/04/2010 18:23:51
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 18:50 |
|
| |
46 דרייט שוין צוריק און וויל אפשטילן דאס געוויין, ס'העט אבער נישט העלפן ווילאנג דו זאגסט נישט פאר אלע דיינע חברה אז מ'ברויך זיך נישט אזוי דערשרעקן און מ'ברויך נישט אזוי וויינין צו די ארונים...
באלאנד'ל ווייטער קייט איבער דאס שוין פון פריער געמאלענע וואסער... מען האט שוין געענטפערט די גאוני'שע שאלה, לערן שיין דורך די פורום העסטו זיכער טרעפן איטליכע מאל ווי מ'פרעגט דאס און מ'עענטפערט עס.
און פאר ענק ביידע צוזאמען וויל איך זאגן אז עטס דארפטס נישט ווערן אזוי אנגעווייטאגט, ענדערש זייטס ענק מחזק און נעמטס ענק פאר נאר צו עסן כשר'ס פון היינט און ווייטער און נישט זאגן קיין שמות לבטלה, רח"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 19:31 |
|
| |
באלאנד, יא ער האט דאס געהערט מוצאי יו"ט.
און בנוגע דיין באמבע קושיא פארוואס ער האט נישט ארויסגעגעבן א פסק דין אז ס'איז חמץ,
שתי תשובות בדבר, ערשטנס, "זיינע" לאנג איילענד ווייץ זענען נישט געווען ספעציעל שאלה'דיג מער ווי אנדערע יארן. דאס איז די מציאות. צווייטנס, ברענג מיר א טעיפ (אדער בעט פון יוסל וואלדמאן זיין יוטוב קליפ) ווי די רבי זאגט אז "די מצות זענען חמץ". דערנאך וועל מיר גיין ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 19:33 |
|
| |
און יעצט אפשר ווילסטו דיך באציען צום עצם פאקט אז ביי ענק איז געווען זייער זייער שוואכע ווייץ, וואס דער מעסעדש האט ב"ה אפגעקלינגען גאר ווייט. זעה עפעס צו ענטפערן דערויף.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2010 20:47 |
|
| |
איך מיין אז זייט די עפל סיידער פסח און גוטן מועד, האבן סאטמארער חסידים נאכנישט געהאט אזא עונג יו"ט ווי היי יאר
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 01:35 |
|
| |
באלאנד די רבי שרייט שוין יארן אז ענקער מצה ברויך א היתר איז ס'האט ערנסטע שאלות.
די שאלה איז נאר היתכן הגז"ל האט פיין געוואיסט אז די שאלות איז צווייפלהאפטיג והא ראי ער האט געניצט אנדערע ווייץ פין פאר יאר.
טא פארוואס האט ער געמאכט א פתח שין אין אנגענמיען א פול מויל מיט וואסער אין גארנישט מיט געטיילט מיט די רעשט פין די זאליס.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 04:16 |
|
| |
btw there is stiil no ashkoil in the bakery form about the talmid chuchems drusha does any one know if it was a drucha bechlal??? q 
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 17:09 |
|
| |
די זאליבאנער זענען אזוי ביזי מיט די דרשה פון כ''ק רבינו שליט''א, זיי זיצען אפ שעות און דעבעטירן די הייליגע רייד פון רבינו שליט''א,
זעט אויס א טשענזש עפאכע איז אנגעקימען, זיי זענען שוין מיעד געווארען פון זיך טינקן און ר' זלמן'ס דרשות,
וואו למשל: דער אקס האט געשטויסען דעם קוה, און דער אקס האט געשריגען אז עס איז מיינע, און דער קוה האט געשריגען עס איז זיינע, די הינט בילט און די באן פארט ווייטער,
ה' צילך
אז די יודן האבן געגעבן א שקל שלום צו ווייזען אז מען דארף דינען דעם באשעפער מיט ביידע כוחות פון יונגעל און פון א אלטען,
משה, וואו אזוי קען מען זיין אזא וועקי וואו די? ( ניבא ולא ידע על מה ניבא)
גנבים,גזלנים,חמסנים,
זעט אויס אז דאס קריכט שוין ארויס פון זייער זאלי נעזער, מען זיכט שוין עפעס פריש, מיתוך, אחשביה, חצי שיעור, הים ראה וינוס, אד''ג
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 17:17 |
|
| |
און ר' אהרן קען זיך נאך אלץ נישט ארויסזעהן פון דעם סוגי' דמתוך...
מערקעוודיג אויפן בילד פונעם באזוך פון הרב שטערנבוך פון אנטווערפן ביי אים אין שטוב שטארט ספעציעל ארויס א מצה טאש (במקום חלה דעקל...), און א גרויסן קונטרס "סוגי' דמתוך", און טאקע פון דארט האט ער לכאורה גענומען די מראה מקומות צו זיין זיסע חוהמ"פ רעדע...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|