ווי באקאנט האט ר' אהרן דעם פארגאנגענעם חול המועד אנגעמאכט א פעקל מיט זיין דרשה.
צוזאמענרעדיג פאר פייער און פאר וואסער
איבער פלעטבושער אידן איבער קווינסער אידן,
מכבד געווען יעדן איד פערזענליך ארויפצוגיין אויפן אינטערנעט און קוקן אז ס'האט נישט גערעגענט בשעת קציר חיטים.
געמישט חמציגע ווייץ מיט "באבקעס" און "קאקאוי"
פרובירנדיג אנצעווארפן א שרעק אז די ווייץ וואס אלע קהלות חשובות אין ניו יארק נוצן שוין 60 יאר אין אמעריקא האבן א חשש חמץ, און נאר זיינע אריזאנע ווייץ (וואס צענדליגער רבנים האבן געגעבן א הוראה מען זאל עס נישט נוצן) נאר דאס איז בעסער פון קאוקאו.
ווען זיינע בעביסיטערס האבן זיך דערזען וואס ער האט דא אנגעמאכט האבן זיי אים אנגעהויבן צו דייפערן... קודם האבן סימאן מיט טעללער ארויסגעגעבן א משלחן מלכים אינטערוויא, ווי זיי האבן אינגאנצן צונישט געמאכט זיין דרשה, און ס'איז געבליבן אז יאכלו ענוים וישבעו! און די אידן וואס ווילן מחמיר זיין אויף "געקליבענע ווייץ" קענען זיך באקוועם מאכן און נעמען אריזאנע פאר אביסל טייערערע אזוי וועלן זיי זיך שפארן די טירחה פון קלויבן.
אזוי ווי די דרשה איז רעקאדירט געווארן, און די חכמים האבן דאס אפילו ארויפגעלייגט אויף זייער האטליין (נישט האטקאפס, מיט וועלכן די גדולי ישראל האבן זיך א עצה געגעבן דעם ברך משה זי"ע) האבן זיי געזען אז זאליס\בני יואל\ושאר קהלות ישראל האבן א שמחת יום טוב, יעדער גיט א שמייכל האבן זיי באשלאסן אז מען גייט אויסטרעפן א מעשה און צוריקגעבן א פאטש פאר א פאטש.
און דער פאטש איז נישט פשוט.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געמאכט א טעות ביים זאגן די שירה אין ראדני!
און וואס זאל איך ענק זאגן, די זאליס קענען זיך נישט צוזאמען קלויבן פון דעם שרעקליכן פאטש,
זיי זענען ממש דעמאראליזירט (איך האף אז ס'איז גוט געספעלט),
זיי וואלטן זיך שוין געווינטשן יעצט ארומצולויפן פארענטפערן עפעס נארישע דרשה פון זייער רבין
ווי ער טשעפעט אנדערע, און רימט זיך, רעדט ליגענטס, נוצט א גאסן שפראך, און קאמפיינט פארן אינטערנעט.
נאר דאס נישט, ער זאל נישט מאכן טעותים ביים דאווענען.
ובלשונו: "ס'איז ביי זיי גרויסע צרות!".